וויאזוי צו טרעפן א פאסיגע מארקעט

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: אנליין מסחר · דורך: נ. ארנשטיין · וואך: בא תשע"ב · בעל-בית נומער: 57 · דאטום: 2012-01
http://www.balboos.com/content/2012/01/וויאזוי-צו-טרעפן-א-פאסיגע-מארקעט/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
וויאזוי צו טרעפן א פאסיגע מארקעט

אינעם פריערדיגן לעקציע האבן מיר גערעדט וויאזוי צו מאכן ריסוירטש איבער “אינטערנעט מארקעטינג”. מיר האבן גערעדט פון דריי פלעצער וואו מ’קען געוואויר ווערן וואס מענטשן זוכן און לויט דעם צושטעלן א פראדוקט אדער סערוויס.
אין דעם יעצטיגן לעקציע וועלן מיר אייך געבן 6 וועגן וויאזוי צו טרעפן א פאסיגע מארקעט. אויב וועט איר קוקן אויף די פאלגנדע 6 פרטים, קענט איר זיין זיכער בעז”ה אז איר וועט זעהן שיינע רווחים.
1) ווי אפט טראכטן מענטשן דערפון? איז עס א זאך וואס לאזט נישט מענטשן שלאפן ביינאכט? איז עס א זאך וואס מענטשן טראכטן דערפון די ערשטע זאך אינדערפרי?
2) וויאזוי שפירן מענטשן וועגן דעם? איז עס א זאך וואס מאכט מענטשן שפירן דערשראקן? אויב יא, מסתמא טראכטן זיי דערפון אסאך.
3) רעדן מענטשן אסאך פון דעם פראבלעם? אויב זעהסטו אז די אינטערנעט פארומס זענען פול מיט דעם טעמע, קענסטו מסתמא מאכן אסאך געלט דערפון.
4) וויפיל דארף קאסטן אייער סערוויס? פרובירט צו מארקעטן א זאך וואס דארף נישט קאסטן צופיל פאר’ן מענטש, כדי ער זאל זיך שנעלער צוכאפן דערצו.
5) וואספארא קאמפעטישאן איז דא? זענען דא אסאך אנדערע מענטשן וואס שטופן דעם זעלבן פראדוקט אדער סערוויס? איז עס א גאנגבארע אייטעם ביי מענטשן?
6) וואספארא קאסטומערס זוכט איר? וועלכע סארט מענטשן גייען קויפן אייער פראדוקט? וועלכע יארגאנג? פון וועלכע שטאט/לאנד? און וועלן זיי קויפן פון אייך?
די זאכן זענען זייער פשוט, אבער ס’איז וויכטיג דאס צו געדענקען. אויב טרעפט איר א מארקעט וואס איר טראכט אז ס’קען זיין גוט פאר אייך, דארפט איר קודם קוקן צי איר קומט נאך אלע אדער רוב פון די 6 פארשריפטן. אויב יא, דאן זענט איר אין ביזנעס.
איר דארפט אבער געדענקען אז ס’איז אסאך גרינגער זיך אריינצולייגן אין א מארקעט וואס עמיצער האט שוין אויסגעטראפן. אסאך סוקסעספולע מארקעטס זענען היינט אין ביזנעס וויבאלד זיי האבן געמאכט זיכער אז זיי קומען נאך די 6 פארשריפטן, און זיי האבן שוין געמאכט די ארבעט פאר אייך. איר דארפט אייך נישט איבערשטרענגען צו פרובירן אויפצוקומען מיט א נייע מארקעט, וויבאלד ס’איז שוין דא מארקעטס וואס זענען שוין אויפגעבויעט און גרייט פאר אייך.
די גרויסע מארקעטערס האבן שוין איינגעזען אז די ריסוירטש וואס זיי דארפן טון פאר זייער מארקעט איז שוין געמאכט געווארן דורך אנדערע. די אינטערעט איז זייער גרויס און די וועלט איז זייער גרויס, און א זאך וואס איז אייך בייגעפאלן איז דא שוואכע אויסזיכטן אז ס’איז נאכנישט בייגעפאלן פאר עמיצן אנדערש. אויך קענט איר זיין כמעט זיכער אז אויב האט איר – אדער איר ווילט אדרעסירן – א געוויסע פראבלעם, זענען דא הונדערטער און טויזנטער אנדערע מענטשן וואס האבן דעם זעלבן פראבלעם.
דערפאר בלייבט אייך איבער בלויז צו זעהן וויפיל מענטשן ס’האבן דעם פראבלעם, און וויאזוי אנדערע קאמפאניס לייזן דעם פראבלעם, און די אינפארמאציע קענט איר נוצן צו באשליסן צי עס לוינט זיך אייך אריינצוגיין אין דעם געשעפט.
לייענט קומענדיגע וואך פארשידענע ביישפילן איבער גוטע מארקעטס.