זייט צוגעגרייט!

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: בא תשע"ב · בעל-בית נומער: 57 · דאטום: 2012-01
http://www.balboos.com/content/2012/01/זייט-צוגעגרייט/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
זייט צוגעגרייט!

איידער איר גייט אריין צו אייער נעקסטער מיטונג, לוינט זיך פאר אייך אריבערצולייענען די פאלגענדע פאר נקודות כדי אז די פארזאמלונג זאל פארן ווי עס דארף צו זיין און אויפטוהן אלעס וואס איר ווילט ערלעדיגן.

גרייט אייך צו צום פילסטן
שרייבט קלאר אראפ פון פריער וואס איר ווילט דעקן ביי דעם אסיפה. אבער שטעלט אייך נישט אפ דא. מאכט זיכער אז די צימער וואו די פארזאמלונג קומט פאר איז אויך פולשטענדיג גרייט, ביז צו די הייצונג אדער עיר-קאנדישענער און איבערבייס.

האלט פאר-מיטונג מיטונגען
ווען איר פלאנט זיך צו טרעפן מיט פילע מענטשן, טרעפט אייך ערשט מיט די וואס קענען אייך העלפן אויספלאנירן דעם גרעסערן מיטונג.

גרייט אייך פאר די אריינהאקערס
טראכט פון פאראויס ווי איר וועט פארענפטערן די וואס האקן אייך אריין בשעת איר לייגט אראפ אייערע פלענער. איר קענט זאגן עפעס ווי, “יישר כח פארן דאס ארויפברענגען. עס איז א זייער וויכטיגער פונקט. לאמיר ענדיגן דאס וואס מיר דיסקוסירן יעצט און דערנאך וועט מען אריבערגיין צו דאס וואס איר ברענגט ארויף.”

באלוינט די פלייסיגע ארבעטער
טראכט פון פאראויס ווי איר וועט באלוינען ברבים די וואס וועלן זיך געפינען ביי דעם פארזאמלונג און ארבעטן שווער פאר אייך. איר קענט קויפן קליינע געשאנקען אדער צוגרייטן קארטלעך. דאס וועט זיכער געבן חשק און ווייטער און מאטיווירן די אנדערע צו נאכגיין אין זייערע פיסטריט.