סטיוו זשאבס – 7

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: סטיוו זשאבס · דורך: יוחנן שיף · וואך: בא תשע"ב · בעל-בית נומער: 57 · דאטום: 2012-01
http://www.balboos.com/content/2012/01/סטיוו-זשאבס-7/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
סטיוו זשאבס – 7

המשך – די מעק
תיכף נאכן ארויסזען ראסקין פון די מעק פראזשעקט, האט זיך זשאבס אריינגעווארפן דערין מיט א אייפער, ער האט דא געזען א געלעגענהייט פון נאכאמאל אויפקומען מיט א פרישע רעוואלוציענערישע פראדוקט און טוישן די וועלט. ווי אויך איז ער געטריבן געווארן פון א פערזענליכע געפיל צו “ווייזן” פאר די עפל פירערשאפט -וועלכע האבן אים באזייטיגט פון די “ליסא” גרופע- אז ער קען אהערשטעלן א בעסערע פראדוקט פון די ליסא.
די ערשטע זאך האט ער אנגעהויבן צו זוכן פרישע געלונגענע מענטשן אריינצונעמען אין די מעק פראזשעקט. זשאבס האט געזוכט בלויז די סאמע בעסטע, ער האט גאנץ קנאפ רעספעקטירט געווענליכע מענטשן מיט דורכשניטליכע כשרונות.
א גלענצענדע קאמפיוטער אינזשעניר וואס האט דאן געארבעט אין די עפל 2 אפטיילונג, מיטן נאמען ענדי הערצפעלד, דערציילט,
“מיר האבן אלע מורא געהאט פון סטיוו זשאבס, צוליב זיינע פייערדיגע ספאנטאנישע אויסברוכן און זיין נאטור צו זאגן פאר א מענטש אין פנים אריין פונקטליך וואס ער האלט פון אים, וואס איז אפטמאל געווען זייער נעגאטיוו”.
איין טאג איז סטיוו ערשינען ביי זיין טישל, “ביזט עפעס ווערט?” האט סטיוו געפרעגט אין די מינוט וואס ער איז אריינגעקומען, “מיר ווילן נאר זייער געלונגענע מענטשן צו ארבעטן אויפן מעק, און איך בין נישט זיכער צו דו ביזט גענוג גוט”. הערצפעלד האט געענפערט “יא, איך האלט אז איך בין זייער גוט”. זשאבס איז אוועקגעגאנגען אן ארויסזאגן א ווארט.
שפעטער אין טאג האט זיך זשאבס נאכאמאל באוויזן און פייערליך געמאלדן “איך האב גוטע נייעס פאר דיר, די ארבעטסט יעצט אין די מעק גרופע, קום מיט מיר”. הערצפעלד האט געענפערט אז ער ברויך נאך עטליכע טעג צו פארענדיגן די ארבעט וואס ער האלט יעצט אינמיטן, זשאבס האט אנגעהויבן צו פארלירן דאס געדולד, “וואס איז מער וויכטיג ווי ארבעטן אויף די מעקינטאש?” האט ער געפרעגט. הערצפעלד האט מסביר געווען אז ער האלט אינמיטן ארבעטן אויף א DOS פראגראם פאר די עפל 2, און קיינער קען עס נישט איבערנעמען אויפן יעצטיגן מצב, דערפאר ברויך ער עטליכע טעג עס צו ברענגען אין א צושטאנד אז א צווייטער זאל עס קענען ווייטער איבערנעמען. זשאבס איז געווארן צוקאכט “ דו ברענגסט סתם אן צייט מיט דעם, די עפל 2 וועט סייווי זיין טויט ביז עטליכע יאר, די מעק איז די עתיד פון עפל, דו דארפסט אנהייבן זאפארט”. און דערביי האט זשאבס האסטיג געגעבן א צי ארויס די דראנט פון הערצפעלד’ס קאמפיוטער, און די קאוד אויף וואס ער האט געארבעט עטליכע שעה איז פארשווינדן. דאן האט אים זשאבס פערזענליך צוגעפירט מיט זיין אויטא צו די געביידע ווי די מעק גרופע איז געווען פלאצירט.
זשאבס האט דאן אנטוויקעלט א אינטערעסאנטע פראבע ביים אויפנעמען א נייע ארבעטער, צו אנאליזירען אויב זיי זענען גענוג פאסיג צו ווערן אריינגענומען אין די מעק גרופע. ער האט אריינגענומען דעם פאטענציעלן קאנדידאט אין א שטוב ווי עס האט זיך געפונען א מאדעל פון די מעק קאמפיוטער איבערגעדעקט מיט א ליילעך, און דראמאטיש שטייטעליך אויפגעהויבן דעם צודעק ביז דער מעק האט זיך באוויזן. בשעת מעשה האט ער באטראכט דעם קאנדידאטס געזיכט אויסדריקן, צו זיין פנים ווערט אויפגעלאכטן מיט ענטוזיאזם און וואונדער. אויב יענער האט תיכף געכאפט דאס מייזל און אנגעהויבן צו קליקען אויף די אייקאנס, איז זיין קאריערע אין די מעק גרופע געווען פארזיכערט. ער האט געוואלט מענטשן וואס זענען ענטוזיאסטיש דערוועגן, וואס האבן א געפיל דערצו, נישט אזעלכע וואס זענען בלויז דא כדי צו פארדינען אפאר דאלער.
אין דעם פארזוך צו עררייכן די סאמע בעסטע מחות פאר די מעק, האט זשאבס דאן אפילו געטראכט פון אריינברענגען סטיוו וואזניעק אין די מעק גרופע. הגם עס האט געהערשט דאן א שטיקל רוגזה צווישן זיי, צוליב דעם וואס זשאבס האט געהאלטן אז וואזניעק ארבעט נישט גענוג. האט אבער זשאבס זיך געבראכן און געטראכט אז וואזניעק מיט זיין בריליאנטענע מח וועט קענען פיל צוגעבן צו די מעק. אבער פונקט איז דאן וואזניעק געווען פארמישט אין א שווערע עראפלאן עקסידענט. וואזניעק האט איבערגעלעבט אבער האט געליטן א צייט דערנאך פון מח פראבלעמען, ווען ער איז גענצליך ערהוילט געווארן האט ער מחליט געווען אפצולאזן עפל און צוריקגיין אין איניווערזיטעט. אזוי ארום האט וואזניעק קיינמאל נישט געארבעט אויף די מעק.
די מעק ווערט מיט רעכט באטראכט אלץ אויסשליסליכע יצירה פון זשאבס. ער האט עס אינגאנצן אוועקגעפירט פון די וויזיע פון איר ארגינעלע גרינדער, זשעף ראסקין. די איינציגסטע זאך אין די מעק וואס קען נישט ווערן פארשריבן צו זיין קרעדיט איז די נאמען גופא, נעמליך, “מעקינטאש” -אדער “מעק” אין קורצן- וואס שטאמט פון ראסקין, ווי מיר האבן שוין געשריבן פריער.
זשאבס האט באשלאסן צו טוישן די נאמען אויך. איין שיינעם טאג איז ער ערשינען אין די מעקינטאש ביוראען אין ערקלערט אז די פראזשעקט וועט ווערן אנגערופן “ביציקל” צוליב עפעס א געדאנק וואס ער האט געהאט אז די קאמפיוטער איז ווי א ביציקל פאר די מענטשליכע מח. די אנדערע ארבעטער האבן געהאלטן אז דאס איז די מערסטע נארישע זאך וואס זיי האבן סיי ווען געהערט, און האבן אים פשוט איגנארירט. ביז א חודש איז די גאנצע זאך פארגעסן געווארן. די נאמען מעק איז געבליבן ביזן היינטיגן טאג.
פארזעצונג קומט אי”ה