סעלעקטן מערערע פיילס אין ווינדאוס
4 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
סעלעקטן מערערע פיילס אין ווינדאוס
ווען עס קומט צו סעלעקטן מערערע פיילס און פאלדערס אויף אמאל, קען עס זיין א אפקומעניש אויב זיי זענען נישט איינס נעבן די צווייטע.
מען קען נוצן די “קאנטראל” און “שיפט” קנעפלעך, אבער נישט יעדער גלייכט צו נוצן און געדענקן קיבאורד שארטקאטס.
א בעסערע וועג, אן קיין קיבאורד שארטקאטס, איז צו ערמעגליכן די ווייניג באקאנטע “טשעק באקס” אפציע פאר אלע פיילס און פאלדערס.
טייפ אריין אין די סיערטש באקס folder Options
גיי צו די view טעב
מאך א טשעק ביי
Use check boxes to select items
דריק OK.
די טשעק באקסעס וועלן ערשיינען ווען די מייזל איז העכער סיי וועלכע פייל אדער פאלדער.
עס וועט אויך זיין א טשעקבאקס גאנץ אויבן צו סעלעקטן אלע פיילס אויפאמאל, מען קען דערנאך די-סעלעקטן וועלכע מען וויל.
עס וועט אויך ארבעטן מיט די דעסקטאפ אייקאנס, ווען די מייזל איז העכער דעם.
סעלעקטן מערערע פיילס אין ווינדאוס
סעלעקטן מערערע פיילס אין ווינדאוס
אינטערעסאנט, קיינמאל נישט גגעןןיסט דערפון.
אבער איך גלייך נאך אלץ מער צו נוצן קאנטראל.
איך בין א חסיד פון נוצן קיבארד שארטקאטס ווען מען קען נאר.
סעלעקטן מערערע פיילס אין ווינדאוס
ער האט דאך געשריבן אז עס איז פאר מענטשן וואס גלייכן נישט קיין קיבארד שארטקאטס.
איך האב געהאט א חשבון אז עס וועט העלפן אויב מען געט א קליק אויף א ליידיגע פלאץ ווערט אלעס אויס סעלעקטעד, וואס איז א גרויסע פראבלעם ווען איך ארבעט מיט אסאך פיילס.
האב איך געמיינט אז מיט די טשעק באקסעס וועל איך נישט האבן דעם פראבלעם (אזוי איז מיט געהעריגע טשעקבאקסעס, דו מוזט קליקן דירעקט אויף די טשעק באקס צו דיסעלעקטן), למעשה ביהעווט עס אבער ווי א רעגולער סעלעקשאן טראץ די טשעק באקסעס.
שכוח עניוועי יוחנן, עס איז א אינטערעסאנטע פיטשער וואס כהאב נישט געוויסט אז עס עקזיסטיריט.