ווארט פון רעדאקציע

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: פון די רעדאקציע טישל · דורך: admin · וואך: שמות תשע"ב · בעל-בית נומער: 55 · דאטום: 2012-01-09
http://www.balboos.com/content/2012/01/ווארט-פון-רעדאקציע-10/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
ווארט פון רעדאקציע

די פארגאנגענע צוויי וואכן איז די בעל בית נישט ערשינען, צוליב חנוכה און -להבדיל- די גויאישע חגאות. מיר האבן שוין עטליכע מאל לענגער מסביר געווען די סיבה פארוואס מיר קומען נישט ארויס אין אזעלכע צייטן, ווי איר קענט זען דא

http://www.balboos.com/content/explanation

*
די גורל אויף צוויי אויסגעצאלטע “וועב חבר” יערליכע סובסקריפציעס א ווערט פון איבער 70 דאלער יעדעס איינע איז פארקומען זאת חנוכה.
די געווינער זענען איינגעמאלדן געווארן דורך אימעיל.
מיר וועלן בלי”נ צושטעלן נאך פארשידענע גורלות און הנחות פאר באצאלטע מעמבערס אין די צוקונפט.
*
צו ווערן א מעמבער, און פאר מער פרטים, ביטע קליקט די פאלגענדע לינק

http://www.balboos.com/content/membership

אויב איר האט סיי וועלכע שאלות איבער מעמבערשיפ, פילט אייך פריי צו פרעגן דורך די אימעיל אדרעס
mail@balboos.com
צו זען אלע הנחות פאר מעמבערס קליקט דא

http://www.balboos.com/content/מעמבער-ספעשלס

*
ווי איר זעט אוודאי, האבן מיר בעזהי”ת אנגעהויבן מיט א נייע קאלום “ביזנעס פראפיל”, ווי מיר בליקן אריין אין היימישע ביזנעסער און אונטערנעמונגען. אין די פארעם פון א אינטערוויו מיטן אייגענטומער, און צומאל ווי א באשרייבונג.
די צילן זענען צוויי פאכיג, איינס, צו געבן די געלעגנהייט פאר אונזערע ליינער צו זען און הערן און עפעס נאשן פון די ערפארונג פון אנדערע היימישע מוצלח’דיגע ביזנעסלייט.
צווייטענס, מיר ווילן געבן די געלעגנהייט פאר היימישע ביזנעסלייט זיך פארצושטעלן פארן ציבור, אראפלייגן וואס זיי קענען צוגעבן אדער ארויסהעלפן דעם עולם, אזוי ווי דוד המלך ע”ה האט שוין ג’עצה’ט, לכו והתפרנסו זה מזה.
אויב זענט איר אינטערעסירט פארצושטעלן אייער ביזנעס אין די בעל בית פארבינדט אייך מיט אונז אויף אימעיל.

מיט כבוד
די רעדאקציע