“אפשר” ניצט סתם אויף טייערע צייט!

3 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: שמות תשע"ב · בעל-בית נומער: 55 · דאטום: 2012-01-09
http://www.balboos.com/content/2012/01/אפשר-ניצט-סתם-אויף-טייערע-צייט/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
“אפשר” ניצט סתם אויף טייערע צייט!

עס זענען פארהאן פילע ביזנעס לייט וואס קענען נישט זאגן דעם ווארט “ניין.” דאס קאסט זיי אפ שווערע געלטער. פארוואס?

1. קליענט אויסוואל
לאמיר זאגן איר האט א קליענט וואס פארלאנגט אסאך פון אייך און ער איז אייך אויך שולדיג געלט. אויב אזא קליענט וויל ווייטער איינקויפן אויף קרעדיט מוז אייער ענטפער זיין “ניין!” אויב זאגט איר דאס נישט וועט איר נאר פארלירן מער און מער.

2. דער סעילס רוף
אויב איר באקומט אמאל א טעלעפאן רוף פון א צייטשריפט וואס וויל וויסן אויב איר ווילט אדווערטייזן ביי זיי דעם נעקסטן חודש, טראכט אויב דאס איז וואס עס פעלט אויס אין יענער צייט. לייענען אייערע פאטענציעלע קליענטן די סארט צייטשריפט? זענט איר יעצט גרייט צו אדווערטייזן? אויב נישט, איז דער ריכטיגער ענטפער “ניין.” א לעצט- מינוטיגער אומגעפלאנטער עד קאסט אייך אפ מער ווי נישט אריינשטעלן דעם עד אינגאנצן.
אבער… נאך ערגער ווי דעם “יא” איז דער “אפשר.” אויב איר דארפט אין דעם פאל זאגן “ניין” און אנשטאט דעם זאגט איר “אפשר,” דאן ניצט איר סתם אויף טייערע צייט. אויב פרובירט איר צו זיין מענטשליך צום אנדערן מענטש, ניצט איר אויך פון זייער צייט. ווייל צו זאגן “אפשר” צוויי מאל און הערשט נאכדעם זאגן דעם “ניין” איז נאר א צייט-אויסניצער און האט נישט קיין שום תכלית. טוהט אויף א טובה פאר זיך און זיי און זאגט דעם “ניין” גלייך ווען איר זעהט אז דאס איז וואס פארלאנגט זיך פון אייך אין דעם פאל.
געדענקט אז איין “אפשר” קען פארשווענדן א סאך טייערע צייט און אויפברויזן ביידע צדדים. זאגט דעם “ניין” ווען עס פעלט אויס און איר וועט נישט חרטה האבן.

י״ד טבת תשע״ב at 11:16 am#2
“אפשר” ניצט סתם אויף טייערע צייט!

זייער א גוטע נקודה.
פון די אנדערע זייט א טריקענע ניין הערט זיך זייער פרעך, און מען וויל נישט קיינעם פארשעמען אדער וויי טון. און פארדעם זאגט מען אפשר.
אפשר ר’ יואל האט איר א בעסערע אויסוועג. ווייל ניין איז אויך נישט קיין עצה….

י״ד טבת תשע״ב at 12:16 pm#3
“אפשר” ניצט סתם אויף טייערע צייט!

יאך האלט אז מ’זאגט ניין, אבער מען לאזט נישט אויס צו קלאר שטעלן דאס ענין. דהיינו, ענקער צייטונג זעט אויס זייער א גוט פלאץ אבער פאר מיר פעלט עס יעצט נישט אויס. פשוט. א רעגולער ביסנעסמאן דארף זיך נישט שפירן געטראפן פון אזא פאזיטיוו-גענויגטע ענטפער.