דעת בעל בית

23 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: דעת בעל הבית · דורך: ליינער · וואך: שמות תשע"ב · בעל-בית נומער: 55 · דאטום: 2012-01-09
http://www.balboos.com/content/2012/01/דעת-בעל-בית-39/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
דעת בעל בית

איבער ווילדע אדווערטייזמענט
לכבוד הבעל בית.
אלץ א שטענדיגע ליינער וויל איך שרייבן איבער די פאלגענדע נושא, די בעל בית איז די פאסיגסטע פלאץ דערצו, זייענדיג די פלאטפארמע פאר היימישע ביזנעסלייט.
איך מיין אז איר מעגט ווייטער ממשיך זיין מיט דעם קאלום ווי איר האט ארויסגעהויבן גוטע עדס. פשוט אז גרעפיק דעזיינערס זאלן וויסן וואס יא אדער וואס נישט צו טון.
כלפי מה דברים אמורים?
עס איז נישט קיין געשמאקע עסק צו רעדן דערפון, אבער דעם היינטיגן וואך האט יעדער געזען א ביישפיל פון א אדווערטייזמענט נוסח פאשקעוויל, וואס רימט זיך אז “מיר עסן אויף אונזער קאמפעטישן”, מיר זענען גרעסער פון אים…
גראדע איז קאמפעטישן גאר א גוטע זאך פאר די מארקעט, איבערהויפט פאר קאסטומערס, אבער ווען א פירמע שרייט מיט אפענע ווערטער “קומט צו מיר איך בין גרעסער פון יענעם” צייגט דאס אויף זייער א שטארקע אומציוויליטעט, און געבט דעם היפך’דיגן בליק וואס מען וויל עררייכן.
די ערשטע כלל אין אדווערטייזינג איז צו רעדן פאזיטיוו, און קיין ווארט נישט נעגאטיוו, יעדע זאך וואס מען וויל זאגן קען מען ארויסברענגען אויף ביידע וועגן. און די מארקעטער’ס, אדער גרעפיק דעזיינער’ס ארבעט איז צו אויסארבעטן דעם מעסידזש וואס וועט זיך דאס בעסטע אויסארבעטן. נישט סתם צו מאכן דאס שרעקעדיג’סטע בילד וואס שייך.
מיט אנטשולדיגונג אויב איינער וועט נפגע ווערן פון מיין בריוו.
י. וו.
נ.ב. עס איז נוגע מיר פערזענליך אויך, ווייל זייענדיג אין די מארקעטינג פעלד, פארכט איך מיר אז באלד וועט עס נאך ווערן די “סטאנדארט” וואס איך וועל מוזן בעל כרחי נאכמאכן.




גאז פרייזן גייען ארויף

ס’איז א אנגענומענער כלל אז ווען עס גייט גוט רעדט מען נישט צופיל, מען מאכט נישט קיין עין הרע.
די לעצטע שטיק צייט איז די גאז פרייזן כסדר געגאנגען בארג אראפ, דאכט זיך זינט קאדאפי’ס טויט, צו וועלכע מאטאריסטן האבן זיך צוגעקוקט מיט א באהאלטענע צופרידנהיינט, ערווארטענטיג שוין צו זען די נומער פון “צוויי דאלער” אויפן גאז טאנק, וואס אין ניו דזשורסי האט עס שוין כמעט געהאלטן דארט (מען האט שוין לעצטנס געזען אזויפיל ווי 3.09 א גאלאן).
אבער יעצט האט זיך אלעס מיטאמאל געגעבן א טויש, ווארשיינליך צוליב די געפעכט פון אמעריקא מיט איראן איבער די סטרעיט הארמוז, און עס גייט ווילדערהייט ארויף, איבער דעם יעצטיגן שבת איז עס שוין ארויף מיט צען צענט!
גילט צוריק דעם אלטן כלל: אויב ווילט איר אנפילן דעם גאז טאנק טוט עס ליבערשט היינט ווי מארגן. סיידן אויב וועט איר מארגן פארן דורך ניו דזשורסי וואס דארט איז פיל ביליגער גאז ווי אין ניו יארק אפילו נאכ’ן שטייגן.
א שטענדיגע דאנקבארע ליינער
(-)




מעלה פון ווערייזאן איבער קלענערע טעלפאן פירמעס

איבער די ארטיקל וועגן טעלפאן פלענער, איז דא איין זאך וואס ווערייזאן האט און קיין איין טעל קא. האט נישט.
ווערייזאן האט אן אפשען און זייערע פלענער אז פאר בלויז נאך 7.25 א חודש קען מען האבן א פאקס ליין מיט א אנדערע נומבער, דאס מיינט אז די ליין בלייבט איינס, די קענסט נישט רעדן אפען טעלעפאן און באקומען א פעקס אויף אמאל, נאר די האסט צוויי באזינדערע נומבער איינס פארן טעל און איינס פארן פאקס.
זיי ריפען עס Distinctive Ring
אזוי אויך איז ווערייזאן די ביליגסטע פאר אינטערנעט זיי רעכענען נאר 19.99 א חודש פאר זייער א גוטע לעוויל, קיינער גיט דאס נישט פאר די פרייז.




טיקעט סעטעלמענט פראגראם ענדיגט זיך

אין ניו יארק סיטי איז געווען די סיסטעם איינגעפירט אז ביים צאלן א טיקעט האט מען האט געקענט באקומען א שטיקל ססעטעלמענט אנליין (דאכט זיך דורך מעיל אויך) אויב מען איז איינגעגאנגען צו א פשרה מיט די שטאט (כעין פלי בארגעין) אז מען וועט נישט אפילן דעם פסק.
יעצט האט די שטאט געמאלדן אז די פראגראם ענדיגט זיך סוף חודש יאנואר 31 !
אויך אויב איר האט שוין געמאכט א סעטעלמענט, וועט עס מוזן ווערן געצאלט פאר יאנואר 31 כדי צו בלייבן דערמיט.
עפעס זאגן זיי אז אנשטאט דעם וועט מען קענען באקומען א סעטעלמענט אויף געוויסע טיקעטס אבער נאר ווען מען גייט פערזענליך אראפ צום שופט.
זייט געווארענט און נעמט זיך אריין אין קאפ, פון היינט און ווייטער צאלט מען די פרייז פונעם טיקעט.

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=295




פראגראם צו האלטן חשבון אויף זאכן וואס דארפן ערלעדיגט ווערן

עס איז דא אן אנדער פראגראם וואס הייסט Remember the milk גערופן אין קורצן RTM, זיי האבן קראס פלעטפארם עפפס, ד.מ. עפפס אויף אסאך אפערעיטינג סיסטעמ’ס און פארשטייט זיך אז אלע סינקן צווישן זיך, אויך א זייער גיטע וועבסייט און מאביל וועבסייט, אזוי אויך קען מען סינקן מיט אוטלוק וואס דאס איז גאר גיט פארן דעסקטאפ, אבער…. כדי צו נוצן אלע זייער סערוויסעס ווי למשל סינקן מער ווי איינמאל א טאג און נאך וויכטיגע פונקציעס דארף מען צאלן א יערליכן פי וואס איז 25 דאלער מיין איך, איך פלעג זיי אמאל נוצן אבער איך האב נישט געגליכן זייער עפפ אייקאן וואס איז אביסל קינדיש געשטימט…. איך האלט מיר פראפעסיאנאל און עס האט מיר געשטערט.
עס איז אויך דא פארשידענע פראגרעמס וואס סינקן צווישן אוטלוק און גוגל, אזוי אז די קענסט נוצן אוטלוק פאר דיין מעין טעסק מענעדזשער און דערנאך גוגל זאל עס ארויסנעמען פון דארט און אויטאמאטיש איז ער ביי די אויבדעמאנטע gtask עפפ אדער astrid task manager וואס איך נוץ עס כהיום.
*
רימעמבער די מילק איז זייער מיאוס אין אויסזען. און די מאביל עפפס קאסטן געלט.
*
איך וואלט געוואלט הערן פון מענטשן וואס נוצן אוטלוק אביסל מער פרטים לגבי מענעזשען טעסקס. microsoft project
איז געמאכט פאר טיעמס צו קאלאברירן (איך ספעלל עס גוט?) צוזאמארבייטן, און אויב מוויל סינקען דארף מען נוצן פראזשעקט סערווער, ווייט נישט געאייגענט פאר קיין יחידים.
*
די איינציגסטע זאך וואס איך נוץ איז “גוגעל קעלענדער” און דאס העלפט מיר זייער אסאך ארויס. אויפ’ן ענדרויד קענסטו האבן גענוג און נאך עפפס וואס סינקען דערמיט. איך נוץ Touch Calendar וואס האט אסאך אפשענס, צב”ש מאכן אפוינטמענטס וואס זאל זיך איבער’חזר’ן יעדן דינסטאג, יעדן צווייטן מאנטאג, יעדן ערשטן דאנערשטאג פון חודש, און נאך. אויך האט עס א פיינע ווידזשעט וואס מ’קען פון דארט גלייך צולייגן אן אפוינטמענט זייער גרינג. ס’איז אויך דא אן אומזיסטע ווערסיע אבער יענץ האט נישט די ווידזשעט.
אויסער דעם נוץ איך Calendar Snooze וואס געט מיר קאסטום אפשענס צו סנאאזען, אויב ווילסטו סנאאזען פאר מער פון זעקס שעה דארפסטו קויפן די פרא ווערסיע, אבער כ’מיין אז ס’לוינט זיך.
*
איז א קעלענדער געאייגענט פאר “טעסקס” אויך? צו דוקא פאר אפוינטמענטס וואס איז געבינדן מיט די שעה’ן און דאטומס?
למשל אויב ערלעדיג איך נישט עפעס היינט, וועט עס צוריק ערשיינען מארגן?
*
נישט ממש טעסקס, אבער דו לייגסט אריין עפעס אין קעלענדער אויף דינסטאג, און דינסטאג ווען ס’דערמאנט דיך און דו זעהסט אז היינט וועסטו נישט האבן קיין צייט, קענסטו עס סנאאזען אויף א טאג, צוויי, א וואך, א חודש, וויפיל דו פארשטייסט.
דער עפפ צו סנאאזען איז נאר פאר ענדרויד.

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=273

י״ד טבת תשע״ב at 10:14 am#2
דעת בעל בית

איז די רעדע פון די
GB
עד?

י״ד טבת תשע״ב at 10:56 am#3
דעת בעל בית

איך בין 100% מסכים מיט י.וו. איבער די ווילדע ‘נארישע’ אדווערטייזמענט

עס האט אויך מיך געפערליך געגרוילט דאס צו זעהן, עס מיז קומען פון אן אומערפארענער אין די מארקעטינג פעלד, יעדער עקפיריענס מארקעטער וואלט גלייך פארשטאנען אז דאס איז קאמפליט אין קאנטראסט צו כאפן א קאסטאמערס הארץ, עניוועי איך פריי מיך צו
זעהן אז אנדערע האבן אויך דעם קאפ אויפן פלאץ.
אויב זאלן זיי לייגן אן אנטשולדיגונג, קען זיין זיי וועלן קענען צוריקדרייען אביסל דעם דעמעזדש.

י״ד טבת תשע״ב at 11:13 am#4
דעת בעל בית

עס איז מיר אינטערעסאנט צו זען אז נאך מענטשן האבן עס באמערקט. כ’האב געמיינט אז איך בין געווען דער איינציגסטער.

י״ד טבת תשע״ב at 12:58 pm#5
דעת בעל בית

י.וו. דער בריוו שרייבער פון די דזשי בי עד, אויב ביסטו מידיע אן די גאו’ס קאמפעטישן קום דיך אויס מיט אים, נישט שמיר עס אויס אויפן בעל בית.

י״ד טבת תשע״ב at 2:14 pm#6
דעת בעל בית

AB
אויב ביסטו א ארבעטער פאר דשי בי דאן גיי עס זייער שמוץ, קומם נישט אראפ רייסן א זאך וואס 99.9% מענטשן האלטן

י״ד טבת תשע״ב at 2:38 pm#7
דעת בעל בית

לאמיר נישט רעדן דא ווי קינדער, עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז אזא פרעסטיזשפולע אויסגאבע ווי דער בעל בית זאל אריינלייגן אזא בריוו. און גראדע קען איך דעם מידיא און די גאו, קען זיין אז ער האט געמאכט א טעות מיט זיין עד, אבער ווי יעדע ליין איז דא אסאך קאמפעטישן אין מארקעטינג, און ווען דער בריוו שרייבער שרייבט קלאר אז ער טוט אויך אין מארקעטינג, דאס הייסט אז ער איז מ.א.ד.ג’ס קאמפעטישן, וויאזוי מעג מען אריינלייגן אזא בריוו?

י״ד טבת תשע״ב at 2:49 pm#8
דעת בעל בית

דא איז א לינק צו די עד
http://i40.tinypic.com/8ycao5.jpg

G&G האט אדווערטייזט די פערדן לויפן
אז מען זאל שנעל גיין קויפן ביי זייער סעיל.

GB
אדערווייזט אז זיי זענען בערן, און זיי עסן אויף די פערדן פון
G&G

בעיסיקלי, איינער איז א פערד און איינער א בער

י״ד טבת תשע״ב at 5:00 pm#9
דעת בעל בית

עס שמעקט עפעס מיט פרעה’ס חלום…
גראדע האלט איך אז עס איז א שוואכע ארבעט, איך וואלט ערווארטעט אז די פערדן זאלן האבן עפעס א דערשראקענע מינע אויפן פנים, דערווייל קוקן די פערדן אריין דרייסטערהייט אין די אויגן פון דעם צוווילדעוועטן הפנים זיי קימערן זיך גאנץ ווייניג מיט אים.
אבער וואס גוט איז גוט. די איידיע איז גלענצנד, אפגעזעהן צו עס איז עטיש אדער נישט

י״ד טבת תשע״ב at 5:07 pm#10
דעת בעל בית

איך זעה יעצט די ערשטע מאל די עד, עס דערמאנט מיר פון די 1980 טאקטיקן. די שאלה איז צו MOTG איז אויפגעקומען מיט די איידיע, אדער בלויז געטון וואס מען האט אים געהייסן.

י״ד טבת תשע״ב at 11:43 pm#11
דעת בעל בית

איך האב אויך געזען די עד, און ס’האט מיר די ערשטע מינוט אן אזוי געגרוילט ממש צום ברעכן.

ס’איז א חרפה און א ווייטאג אז אידישע קינדער האבן זיך דערקייקלט צו אזעלכע מדות גרועות און עס ארויסווייזן אין פאבליק קלאר און קליפ: איך וועל יענעם אויפעסן און ארויסעסן.

דאס איז פון אידישקייט שטאנדפונקט.

איצט פון מארקעטינג שטאנדפונקט, קען מען נישט טוען קיין גרעסערע פער”דעריי ווי דעם עד. דאס הייסט זיך אלינס געשאסן אין די פיס.

דאס טייטש יענער האט געמאכט א קנאקעדיגע עד, ס’האט געברענגט רעזאלטס, און איצט גיי איך רייטן אויף יענעמ’ס סוקסעס צו דרייוון סעילס צו מיר אויך.

איך מיין אז קיין איין מארקעטינג פראפעסאר אין קאלעדזש וועט אייך נישט עצה’נען צו מאכן אזא עד.

דאס איז איינס. צווייטנס האט עס ארויסגערופן אן עקל ביי מענטשן און נאר פאר דעם אליינס וועלן זיי זיך צוריקהאלטן פון גיין קויפן ביים באטרעפענדן געשעפט אלס כעס אויס פאר’ן ארויסשטעלן אזא רעקלאמע.

מארקעטערס הזהרו באנאנסייכעם!

י״ד טבת תשע״ב at 11:45 pm#12
דעת בעל בית

איינער ערווענט אז די איידיע איז א גוטע איידיע. לית מאן דפליג עלי’ און צו לייגן לכתחילה פערד איז נאך בעסער,

אבער עטישקייט און נארמאלקייט איז וויכטיגער פאר’ן ציל ווי די איידיע.

י״ד טבת תשע״ב at 11:59 pm#13
דעת בעל בית

מיר בעטן דעם עולם זיך צו האלטן ציוויל און פראפעסיאנעל, מיר ווילן נישט ברויכן מעקן.

מען זאל בשום אופן נישט אראפרייסן אדער קריטיקירן קיינעם פערזענליך.

ט״ו טבת תשע״ב at 1:42 pm#14
דעת בעל בית

בין איך דער איינציגסטער וואס האט עס אויפגענומען ווי א לייכטע וויץ?
די איידיע לכשעצמה האלט איך איז נישט עפעס מוראדיג, ווייל עס ברענגט גארנישט ארויס, און עס דערמאנט די קאמפעטישאן, א גוטע עד דארף מאכן אז מען זאל מיינען אז נאר די עקזיסטירט, אבער איך זע נישט עפעס מאראליש שלעכט דערמיט.

ט״ו טבת תשע״ב at 2:24 pm#15
דעת בעל בית

לדעתי איז עס ווי מען זאגט אין ענגליש “אין בעד טעיסט” אבער נישט מער פון דעם.

גראפיקערס זענען אנדער פרעשור אויפצוקומען מיט פרישע איידיעס יעדע וואך, און מען קיין פארשטיין אז אזא זאך האט זיך דורכגעגליטשט, סוף כל סוף איז עס נישט עק וועלט.

אבער איך האב הנאה אז עס איז אויפגעברענגט געווארן אין בעל בית, ווייל אזוי וועט עס נישט ווערן קיין סטייל.

ט״ו טבת תשע״ב at 2:26 pm#16
דעת בעל בית

אגב, אהרן יאסעל, א שאד דו טרעפסט נישט קיין וועג אריינצוקומען אין די פארום’ס.
זע איינמאל פאר אלעמאל צו טוישן די סעטינגס אין K9 אז עס זאל דורכלאזן פארום’ס.

ט״ז טבת תשע״ב at 3:36 pm#17
דעת בעל בית

אויב רעדט מען פון די עצם איידיע איז די איידיע פון די בערעלאך סאך בעסער ווי די פערדעלאך וואס ברענגן גארנישט ארויס עפעס וואס האט א שייכות מיט’ן סעיל, די גרפעיקס איז אפשר פראפעשאנעל, אבער קען מיר איינער ביטע ערקלערן פארוואס א בילד פון צוויי ווייסע פערדלעך ברויך צו שלעפן מענטשן צו א סעיל?

לעומת זה דער קאנטער בילד ברענגט כאטש עפעס ארויס, דהיינו מיין סעיל איז בעסער ווי יענעמס, עס ליגט כאטש עפעס א אינהאלט דערין.

בכלל איך בין נישט אין די מארקעטינג ליין, אבער פון א אינדרויסנדיגן שטאנדפונקט, ד.ה. פוןנ’ם קאנסומער זייט פון די מטבע האלט איך אז מיינסטינס עדס זענען אויב עפע ס אן אדווערטייזמענט פאר’ן גרעפיקער, און נישט פאר די עצם ביזנעס וואס ער אדווערטייזט. לדידי ברויך א עד אויפברענגען ביי מענטשן אינטערעסע אין א ביזנעס/ פראדוקט, און דאס ווערט נישט געטוהן דורך פענסי גרעפיקס.
אין איין ווארט גרעפיקס לחוד, ומארקעטינג לחוד. וו”ק כי קצרתי.

ט״ז טבת תשע״ב at 5:01 pm#18
דעת בעל בית

איך האלט אז עס א עולה פשוט ווייל די כאפסט א רייד אויף יענעם. כ’מיין וואס האסטו מיט די פערדעלעך?

ס’איז נישט דיין איידיע,יענער האט אינוועסטעד געלט אין די קאנצעפט, ווי האסטו א רעכט צו זיין א פאראזיט און פראפיטחרן פון יענעםס איידיע?

די חלק פון אויפעסן דעם קאמפעטישן איז פשוט א אומגעלונגענע וויץ, אבער נישט עפעס ספעשל ראנג.

ט״ז טבת תשע״ב at 5:23 pm#19
דעת בעל בית

סיינפעלד, די פראבלעם איז א די פערדלעך זענען לטעמי בכלל נישט בגדר ‘איידיע’ ווארום עס ברענגט גארנישט ארויס, ווידעראום די בערעלעך זאגן כאטש עפעס.

איך וואלט נאר געמאכט די פרדלעך זיך איינבייגן אין דרייען, מיט שרעקעוודיגע גרימאסן אויפ’ן פנים, אין א קלארע אנדייטונג פון טאטאלע אונטערגעבונג צו די אומגעהויערע מאכט פונ’ן ווייסן בער, דאס וואלט געווען באמת מרשים…

בכל אופן, הצד השוה שבהם, אז קיין איינע פון זיי האט מיט מארקעטינגקיין שיייכות נישטט, נאר זענען ליבערשט שיינע גרעפיק ווערק.

י״ז טבת תשע״ב at 4:04 pm#20
דעת בעל בית

לגבי וואס איינער שרייבט אין א בריוו די מעלה פון ווערייזאן.עס איז סתם באבקכס, מען קען האבן בעסערע DSL פאר ביליגערע פרייזן ביי סעלעקט טעל.

חוץ פון אהאבן בעסערע סערוויס, ווייל ס’זייער ליינס, איז ווערייזאן מיט גארנישט בעסער, פינטל!

י״ז טבת תשע״ב at 4:18 pm#21
דעת בעל בית

קוקט אויס ווי די בריוו האט געהאט א אפקלאנג
זע דע עד פון די וואך

http://min.us/mbmkBzl90Q

נישטא מער קיין פערדן, בלויז איין דערשראקענע בערעלע

י״ז טבת תשע״ב at 5:16 pm#22
דעת בעל בית

דער בער האט געהאט א מאסיווע ירידה דורכאויס די וואך, עס קוקט ליבערשט אויס ווי א פארלוירן מייזעלע

י״ז טבת תשע״ב at 6:20 pm#23
דעת בעל בית

I thought bears are sleeping in the winter