קאמפעטישאן אין אינטערנעט מארקעטינג

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: אנליין מסחר · דורך: נ. ארנשטיין · וואך: שמות תשע"ב · בעל-בית נומער: 55 · דאטום: 2012-01-09
http://www.balboos.com/content/2012/01/קאמפעטישאן-אין-אינטערנעט-מארקעטינג/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
קאמפעטישאן אין אינטערנעט מארקעטינג

אין די פריערדיגע לעקציע האבן מיר גערעדט איבער “אפיליעיט מארקעטינג” און מיר האבן אייך געוויזן וויאזוי די געהעריגע אפטייטש פון מארקעטינג איז נאך אלץ די זעלבע ביי אינטערנעט מארקעטינג.
אויב איר וועט אריינטראכטן, וועט איר זעהן און אנערקענען אז אזא זאך קען נישט בלייבן באהאלטן פאר צו לאנג, ס’זענען דא היינט צענדליגער טויזנטער “אינטערנעט מארקעטערס”, און יעדער איז א קאמפטישאן צו אלע אנדערע, און יעדער פרובירט צו מאכן פרנסה דערפון.
מ’דארף אריינטראכטן, וואס איז דער ציל פון אן אינטערנעט מארקעטער? זיין ציל איז אויפצוגעבן זיין ביז-יעצטיגע “פול טיים” פרנסה און קענען ארבעטן פון אינדערהיים. זיי ווילן טון א גרינגע זאך וואס מ’דארף נישט צו שווער ארבעטן דערויף אבער מ’זאל מאכן א שיינע הכנסה דערפון.
זעלבסטפארשטענדליך אז יעדער אינטערנעט מארקעטער וויל אנקומען צו די קאסטומערס אויף וועמען מ’דארף די ווייניגסטע ארבעטן, ד.ה. אזעלכע מענטשן וואס ס’איז זייער גרינג זיי איבערצורעדן צו קויפן דעם פראדוקט אדער סערוויס, ווייל אזוי וועט דאס געלט גרינגער אריינקומען און ער וועט נישט דארפן אזוי שווער ארבעטן.
דאס איז דער באהאלטענער סוד אין אינטערנעט מארקעטינג. אויב האסטו א פראבלעם אז דו קענסט נישט באשליסן אין וואספארא מארקעט אריינצוגיין און וועלכע פראדוקט צו פארקויפן, קענסטו קוקן וואס אנדערע פארקויפן און אזוי וועסטו וויסן וועלכע זאך ס’איז א גאנגבארע פראדוקט אדער סערוויס.
פארשטייט זיך אז דו זאלסט נישט טון ממש די זעלבע זאך וואס אנדערע טוען, ווייל דו ביזט אייגנארטיג און דו דארפסט טרעפן דיין אייגנארטיגע מארקעט. א גוטע וועג אנצופאנגען מיט אינטערנעט מארקעטינג, איז צו לייזן דיינע אייגענע פראבלעמען און דערנאך מאכן א פראדוקט צו העלפן אנדערע מענטשן וואס האבן דעם זעלבן פראבלעם, געבויעט אויף דיין אייגענע ערפארונג. אסאך מענטשן זענען עקספערטן אויף געוויסע הינזיכטן וואס וואלט זיי געקענט ברענגען א שיינע הכנסה, אבער זיי ווייסן ניטאמאל דערפון.
דער ענין פון קאמפעטישאן אין אינטערנעט מארקעטינג זאלסטו נישט באטראכטן ווי א שלעכטע זאך פאר דיר. די פאקט אז ס’איז דא אזויפיל אינטערנעט מארקעטערס, איז בלויז א באווייז אז מ’קען פון דעם מאכן געלט. אז דו זעהסט אז ס’איז דא נאך אסאך אינטערנעט מארקעטערס וואס פארקויפן די זעלבע זאך ווי דו פארקויפסט, זאלסטו וויסן אז אסאך פון זיי זענען אמאל געשטאנען אויפ’ן זעלבן שטאפל ווי דו שטייסט יעצט.
די אינטערנעט איז ריזיג גרויס, און דו דארפסט קענען זיך האלטן צו א באשטימטע פעלד און מאכן אסאך ריסוירטש אויף דעם.
*
אין די קומענדיגע ארטיקל וועלן מיר אייך געבן פארשידענע פלעצער וואו איר קענט טרעפן אומזיסטע אינפארמאציע וואס וועט אייך העלפן טרעפן די ריכטיגע מארקעט פאר אייך און מער דעטאלן איבער יענעם מארקעט