המשך פון פריער
יוחנן שיף: איידער מיר גייען ווייטער, עטליכע ליינער האבן אריינגעשיקט די פאלגענדע שאלה, “קוויקבוקס האט דאך א ספעציעלע “רעפארטס” אפטיילונג מיט צענדליגער ערליי רעפארטס וועלכע מען קען אליין צוזאמשטעלן דורך איין קליק און קוויקבוקס שפייט עס אויס כהרף עין, ווי אינקאם, באלאנס שיט, וכו. וכו. וכו. און דורך דעם באקומען א פולע בליק אויף די ביזנעס פון יעדע שטאנדפונקט, טא אויב אזוי, וואס זענט איר מוסיף צו דעם? זענען דען די אלע רעפארטס נישט די והותר?”
ר’ אברהם שמואל מאשקאוויטש: מענטשן פרעגן דאס מחמת חסרון ידיעה אין די טיפקייט און קאמפליצירטקייט פון אקאונטינג-מענעדזשמענט.
יעדער וואס האט נאר אנגערירט א קאמפיוטער ווייסט אז ווען מען וויל ארויספרינטן א בריוו פון קאמפיוטער עפענט מען מייקראסאפט ווארד, מען סעלעקט דעם דאקומענט און מען פרינט. קיינער טראכט אבער נישט אז מיטן בלויז האבן דעם פראגראם ווארד קען ער האבן זיין אייגענארטיגע בריוו, און נאכמער, אפילו ווען אויפן דאקומענט ליגט שוין געשריבן דעם בריוו, מוז מען מאכן זיכער אז עס אנטהאלט די ווערטער וואס דו ווילסט ארויסברענגען, אן קיין גרייזן פון ספעלינג אדער גרעמער.
די זעלבע ביי בוקקיפינג, דער רעפארט וואס מען פרינט ארויס, אפילו עס קען געבן אביסל א געפיל פון “מ’זעט פאקטישע נומערן” אבער אין מציאות זעט מען די אינפארמאציע וואס דער בוק-קיפער האט רעקארדירט, און נישט מער, נאר אביסל מער צוזאמענגענומען מיט א פראפעסיאנעלע אויסקוק.
י. ש.: און אנדערע ווערטער, מען קען נישט ארויסנעמען מער ווי מען לייגט אריין…
א.ש.מ.: אוודאי אזוי, אויב די נומערן וואס מ’האט אריינגעלייגט איז נישט געווען אויף א גוטע סיסטעם פון אקאונטינג, גייען די רעפארטס גארנישט פארציילן, אדרבא ס’איז פארפירערישע אינפארמאציע.
י.ש.: אין א פאל וואס קוויקבוקס איז גוט מסודר און די אקאונטינג פירט זיך לויט אייערע (אדער א אנדערע פראפעסיאנאל’ס) אנווייזונגען, קען מען דעמאלס יא מאכן אליין די רעפארטס?
א.ש.מ.: יא, בעסיק רעפארטס קען מען אליין מאכן. אבער מיט מער קאמפליצירטע רעפארטס קענען מיר ארויסהעלפן.
י.ש.: איז אייער סערוויס א איינמאליגע זאך, מען שטעלט איין א סיסטעם און מען געבט הדרכה אויף ווייטער און דערנאך פארט אלעס אליין? אדער איז עס א אנגייענדע פערמענאנטע זאך?
א.ש.מ.: עס ווענדט זיך, יעדע סיטיואציע איז אנדערש. געווענליך, נאכן איינמאל איינשטעלן די סיסטעם, בליקן מיר אריין יעדע דריי חדשים צו זען אויב זאכן לויפן כשורה.
י.ש.: צו איז נישט גענוג אז מען פאלגט אויס אייערע אנווייזונדען און מען פרעגט אן ווען מען האט א פראגע?
א.ש.מ.: אין טעאריע קען עס ארבעטן, אבער די פאקט איז אז רוב מענטשן וואס זייער קאפ ליגט אין ביזנעס – אין נישט אין אקאונטינג (אזוי ווי עס דארף טאקע צו זיין) וועלן אפט מאל ניטאמאל כאפן אז זיי דארפן פרעגן אויף פארשידענע איינצעלהייטן, אונזער עקספיריענס ווייזט דערפאר, אז עס פעלט זיך אויס צו כאפן א בליק פון צייט צו צייט, און שנעל פאררעכטן די קלייניקייטן פאר זאכן ווערן מער פארפלאנטערט.
י.ש.: אין די היינטיגע שווערע אקאנאמיע זוכט קיינער נישט קיין פרישע הוצאות, נאר די סאמע נויטיגסטע, און פון דעם שניידט מען אויך ביזן ביין.
וואלט איר קלאסיציפירט אייער סערוויס ווי א סאמע נויטווענדיגקייט? און פארוואס?
א.ש.מ.: איך האב הנאה אז איר ברענגט ארויף די שאלה, עס איז א ריכטיגע און וויכטיגע נקודה למחשבה.
די תירוץ איז אבער זייער פשוט און זעלבסט פארשטענדליך פאר יעדע עקספיריענסד ביזנעסמאן, האבן א ריכטיגע און קלארע איבערבליק אויף די ביזנעס איז קריטיש וויכטיג! עס איז ווייט נישט קיין לוקסוס.
י.ש.: קענט איר אפשר אנווייזן א דוגמא אין מציאות פארוואס עס איז אזוי וויכטיג? עס איז דאך סוכ”ס דא גענוג ביזנעסער וואס פירן זיך אן דעם.
א.ש.מ.: איך וואלט געקענט געבן צענדליגע דוגמאות אין וואס איך שטויס מיך אן. איך וועל געבן איין דוגמא. איך בין געווען ביי א פירמע וואס האט אנגעהויבן צו זען שוואכערע פראפיטן. זיי האבן נישט געהאט קיין גרינטליכע אקאונטינג סיסטעם, די ערשטע זאך האט מען עס אנגעלייגט אויף די אקאנאמיע, נו מילא, וואס קען מען זיך העלפן, מען קען דאך נישט איבערדרייען די גאנצע אקאנאמיע אויף די אייגענע האנט, מען דארף עס איבערשוויצן. ווען די מצב איז ערגער געווארן האט מען פרובירט צו שניידן ארבעטער און נאך פארשידענע סטראטעגיעס, וואס איך וועל נישט אריינגיין אין די פרטים.
ווען מיר זענען אריינגעקומען אין די בילד, האבן מיר בעזר השם אידענטיפיצירט אז די פירמע בכלליות פארדינט שיין, בלויז איין פראדוקט ליין פארלירט געלט און עס שלעפט אראפ די גאנצע פירמע מיט זיך. די אנדערע מיטלען וואס מען האט אנגענומען צו שניידן קאסטן פון די ליינס וואס זענען יא געווען פראפיטבאר האט בלויז פארערגערט די מצב.
איך וואלט געקענט געבן נאך אסאך דוגמאות, אבער די תמצית הדברים איז, אז א ריכטיגע אקאונטינג סיסטעם איז א נויטווענדיגקייט, אן דעם טאפט מען ווי א בלינדער אין די פינסטערניש, און מען קען אנמאכן מער שאדן ווי רווח, עס איז נישט קיין הוצאה נאר א הכנסה.
י.ש.: איז די סארט סערוויס וואס איר שטעלט צו א ארגינעלע געדאנק? אדער איז דאס א עטאבלירטע ליין?
א.ש.מ.: עס איז געווען א ארגינעלע געדאנק, און דערווייל האבן מיר נאכנישט באגעגענט איינער וואס שטעלט צו גענוי אונזער סערוויס. פארשטייט זיך אז פארשידענע חלקים קען מען טרעפן ביי אנדערע, ביי יעדע ליין איז דא חלקים וואס גייען אריין עטוואס און א צווייטע טעריטאריע.
י.ש.: איז דא עפעס וואס איר ווילט איבערגעבן פאר אונזערע ליינער?
א.ש.מ.: איך וואלט מסיים געווען מיט א געדאנק וואס איך האב אמאל געזאגט פאר א קליענט, וואס איז געווען זייער פארנומען און געהאט א גרויסע ביזנעס, אבער למעשה האט ער נישט ארויסגענומען קיין פראפיטן. “מיר זענען נישט אין ביזנעס פאר כבוד אדער צו העלפן די עקאנאמיע זיך דרייען, מיר זענען דא צו מאכן געלט”, אויף זיין מצב איז עס געווען זייער טרעפליך און עס האט אים שטארק ארויסגעהאלפן צו אריענטירן אין די ריכטיגע דירעקציע.
די זעלבע זאך דארף זיך יעדער מאכן א חשבון, און זען צו די הויפט פריאריטעט, נעמליך, פארדינען געלט, ווערט טאקע ערפילט, ווייל אמאל קען מען מחמת טורח ולחץ הפרנסה אדער אנדערע זייטיגע צילן, ווי אנקומען צו א העכערע פאזיציע, אנלערנען דעם קאמפעטישן וכדומה, פארזען די עיקר.