א בליק אויף די חרד’ישע טעלעפאן אינדוסטריע – 2

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: על דא ועל הא · דורך: ליינער · וואך: שמות תשע"ב · בעל-בית נומער: 55 · דאטום: 2012-01-09
http://www.balboos.com/content/2012/01/א-בליק-אויף-די-חרדישע-טעלעפאן-אינדוסטר-2/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
א בליק אויף די חרד’ישע טעלעפאן אינדוסטריע – 2

א בליק אויף די חרד’ישע טעלעפאן אינדוסטריע – 2
ש.פ.
האריקעין איירין האט פאראורזאכט שווערע שאדענס פאר די שטאט ניו יארק, אריינגערעכנט די טעלעפאן ווייערס וועלכע זענען מאסנווייז איבערגעריסן און געשעדיגט געווארן.
ווערייזאן וועלכע זענען די פולקאמע בעלי בתים אויף אלע טעלעפאן ווייערס אין די ניו יארקער אומגעגנט, זענען אונטערגעווארפן אונטער א פעדעראלע אפמאך צו סערווירן זייערע קונדן שנעל און פונקטליך, אין אויסטויש פארן האבן די פולקאמע בעלות אויף די ווייערס וועלכע לויפן אין די שטאטישע גאסן. אבער נאך די האריקעין איירין האט די רעגירונג, צוליב די איבערפלוס פון טעלעפאן פראבלעמען, זיי נאכגעגעבן און אפגעריסן אויף טיילווייז דעם פארלאנג.
איך בין נישט גענוג באהאווענט אין די לעגאלע דעטאלן פון דעם אפמאך, אבער לויט ווי איך האב געהערט פון פילע מומחים איז דער אפמאך קיינמאל נישט צוריק אין קראפט זינט די האריקעין איירין! ווערייזאן איז זיך נישט צופיל מטריח פאר היים טעלעפאן אייגענטומער, זיי געבן די ערשטע אפוינטמענט “צו קומען קוקן דעם פראבלעם” אין צוויי צו דריי וואכן פון די צייט ווען מען רופט… און ביז דאן? וועט מען זיך באניצן מיטן טעלעגראם.
ווערייזאן וועט געבן דעם פריאריטעט פאר גרויסע ביזנעס טעלעפאן ליניעס, צו פאר א.ג. “פייעס” און אינטערנעט קונדן, וואס דארט ליגט זייערע הויפט איינקופטן, פון היים טעלעפאן סערוויסעס מאכן זיי כמעט גארנישט, און טוען עס נאר ווייל זייער אויבנדערמאנטער פליכט.
אין א שיינעם נאכמיטאג האט מיין היים טעלעפאן סערוויס אויפגעהערט צו דינען איר אייגענטומער… לויט ווי איך בין שפעטער געוואויר געווארן איז דאס געווען אזא מינדערוויכטיגע פראבלעם, אז עס איז שווער צו גלייבן אז אין 2011 קען זיך אזאלכע פראבלעמען פארציען אויף גאנצע צוויי חדשים!
וועמען רופט מען אן ווען דער טעלעפאן ארבעט נישט? די טעלעפאן פירמע!
מיין פריוואטע טעלעפאן פירמע איז די קומענדיגע פאר וואכן געווארן דער “מיטל מענטש” צווישן מיך און ווערייזאן. יעדע פראגע, יעדע פארלאנג, האט געמוזט גיין דורך זיי. ווייל ווען איך האב אנגערופן ווערייזן האבן זיי מיר געענטפערט אז זיי זעהן טאקע אן אפענע טיקעט אויף דעם טעל. נומער, אבער זיי קענען מיר “גארנישט זאגן”, און גארנישט מיינט גארנישט, ניטאמאל קיין רמז קל.
מיין פירמע האט מיך “איבערגעגעבן” בשם ווערזייאן, אז אין צוויי וואכן ארום דאנערשטאג, צווישן 8 צופרי און 7 ביינאכט וועט ווערייזאן זיין ביי מיר אין שטוב…
נאך די ערשטע וואך זייענדיג גענצליך אן קיין טעלעפאן פארבינדונג, האב איך געדונגען א סעלפאון פאר 50 דאלער א וואך, ס’הייסט, א וואך ארום האב איך דאך שוין געהעריג טעלעפאן סערוויס… זיי גייען דאך אראפקומען און פאררעכטן.
מען קען זיך פארשטעלן וויאזוי דער “יום הדין”, דער דאנערשטאג האט אויסגעזען, די עקרת הבית איז ארויסגעגאנגען מיט די נשמה אין די הענט ארויפלייגן די קינדערלעך אויף די באס, זיך אויסדרייענדיג יעדע סעקונדע זיכער צו מאכן אז קיין ווערייזאן ארבעטער באווייזט זיך נישט אויפן האריזאנט בשעת מען איז נישט אינדערהיים.
פרעגט מיר נישט וויאזוי דאס איז געשען, אבער אויף א געוויסע אופן איז א ווערייזאן ארבייטער געווען ביי מיר אין שטוב ווען קיינער איז נישט דארט געווען… נאך א חקירה ודרישה האט זיך ארויסגעשטעלט אז אין א קארגע 15 מינוט ווען מען האט געמוזט עפעס וויכטיג ערלעדיגן האט פונקט א ווערייזאן ארבעטער זיך באוויזן ביים טיר ברגע כמימרא, און מיר האבן אים פארפאסט! און לאמיר נישט רעדן פון דעם אז איך האב זיי ספעציעל געגעבן מיין סעלפאון נומער מיך צו קענען רופן ווען אימער, און זיי האבן זיך ניטאמאל מטריח געווען צו רופן. זעט אויס אז דאס דרוקן 10 נומערן אויפן טעלעפאן איז נישט אזוי וויכטיג צו טון פאר א קאסטומער… און מעגליך איז דאס ווייל איך בין בכלל נישט זייער קאסטומער?
ווי עס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט, דארף ווערייזאן בכלל נישט ערשיינען אין א פריוואטע הויז ביי אזא פאל, נאר קוקן ביי די הויפט קעיבל’ס קעסטל אינדרויסן אויפן גאס. סיידן ווען מען מוז דורכגיין די פריוואטע הויז אנצוקומען אינדרויסן, וואס ביי מיר איז עס ווייט ווייט פון דעם, די קעיבלס באקס איז א שיינע פינף מינוט אוועק פון מיין הויז.
בלויז ווען עס שטעלט זיך ארויס אז דער פראבלעם איז נישט אינדרויסן, דאן איז פארהאן אזא סערוויס ווי “אינסייד ווייערינג” סערוויס (צו פאררעכטן די ווייערס אין די הויז) וואס איז גענצליך אן אנדערע אפטיילונג, וואס מען קען נישט סתם אזוי באקומען, נאר נאכ’ן זיך אויפסיינען פאר דעם סערוויס.
על כל פנים, דער ווערייזאן ארבעטער “עשה עצמו כאילו לא ידע”, אים איז פונקט גענוג צו געבן א קלאפן אין טיר, צו זעהן אז מען איז נישט אינדערהיים, און קען צוריקגיין ליינען זיינע צייטונגען און עסן זיין 5 שעה’יגע מיטאג אין זיין ווערייזאן טרעקל.
און דער קומענדיגער אפוינטמענט וואס מיין “כלי שני” מיין פריוואטע קאמפאני האט מיך געגעבן דורך ווערייזאן איז געווען “3 וואכן ארום”… קיין סטראשערייען אז איך גיי אריבערגיין צו ווערייזאן אליין האט נישט געהאלפן “וואלסט געדארפט זיין אינדערהיים די ערשטע מאל” איז געקומען די אנטווארט. ווען איך רעדט צו ווערייזאן רעדט איך כאטש צו א כלי ראשון, יעצט קען איך רעדן צום וואנט. קיינער וועט נישט נעמען אזוי ערנסט מיין פראבלעם ווי איך אליינס. וועט מיין פירמע אנרופן ווערייזאן נאכאמאל און נאכאמאל אזויווי איך אליינס וואלט געטון? קיין מינוט טראכט איך נישטא אזוי.
איך האב אפילו פרובירט צו טוישן צו ווערייזאן, אבער משום איזה סיבה וואס איך ווייס נאכנישט ביז יעצט איז עס נישט דורכגעגאנגען… “עפעס אן ערראר איז דא” האט יעדער געטענה’ט ביי ווערייזאן, פונעם רעפרעזענטעטיוו ביז’ן סופערווייזער… פרעגנדיג צו דער פראבלעם קען אפשר זיין אז מיין טעלעפאן ארבעט נישט יעצט, האבן זיי קלאר געמאכט אז אריבערצוגיין צו ווערזייאן איז א “פען און פאפיר” פראצעדור, און האט גארנישט מיט די פאקטישע טעלעפאן ליניע סטאטוס.
המשך יבא