פאלגנד איז א בריוו פון א בעל הבית פון א קליינער פירמע. עס איז א שטארקער מוסר השכל פאר די וואס ווילן לערנען וואס עס מיינט זיך אריינצולייגן אין מארקעטינג מיט פלייס:
איבער די לעצטע פאר וואכן, האב איך אונטערגעשריבן גרויסע קאנטראקטן מיט דריי קליענטן, און איך גרייט זיך צו חתמ’נען מיט א פערדער. די איינקומפטן פון די האנדלונגען וועלן צוקומען צו סכומים פון צענדליגער טויזנטער דאלארן יעדער חודש פאר די נעקסטע דריי ביז זעקס מאנאטן.
איר קענט פרעגן, “וואס האט איר געטוהן אנדערש איבער די לעצטע פאר וואכן וואס האט אייך גורם געווען אז איר זאלט דערגרייכן אזוי הויעך?” און דער ענטפער איז אז איך האב גארנישט אנדערש געטוהן. איך האב פארברענגט די לעצטע ניין חדשים מיטן בויען א שטארקער ביזנעס גרינדונג און פרעגן דעם פראגע, “ווער איז דער קליענט וואס איך וויל האבן און פארוואס זאל ער מיר אויסוועלן איבער אלע אנדערע קאנקורענטן אין דעם פעלד?”
און איך האב געארבעט מיט פלייס. איך האב ארויסגעשיקט בראשורן וועגן מיין פירמע’ס מעלות. איך האב אדווערטייזט אין יעדער פלאץ וואו איך האב געוויסט אז מיינע פראספעקטיווע קליענטן לייענען. איך האב נישט אויפגעגעבן. איך האב ארגאנאזירט מיטונגען וואו קיינער איז נישט אנגעקומען, אבער איך האב נישט אויפגעגעבן.
און ווען איך האב געפרעגט איינע פון מיינע גרויסע קליענטן פארוואס ער האט מיר אויסדערוועלט, האט ער געזאגט, “איך האב שוין באקומען אייערע בראשורן פאר די לעצטע זעקס חדשים איידער איך האב מחליט געווען צו קומען צו אייך. צוליב אלעס וואס איך האב געלייענט און געזעהן, האב איך פארשטאנען אז פון אייער פירמע וויל איך קויפן.”
עס לוינט זיך צו זיין אגרעסיוו ווען עס קומט צו מארקעטינג, נישט אזוי? אפילו ווען איר מיינט אז קיינער הערט זיך נישט צו, זאלט איר וויסן אז זיי טוהן יא.