אינעם פריערדיגן לעקציע האבן מיר גערעדט וויאזוי מ’קען טרעפן א פאסיגע מארקעט. אצינד וועלן מיר ווייטער פארזעצן מיט דעם נושא, און מיר וועלן ברענגען ביישפילן פון גוטע מארקעטס וואס האבן זיך ארויסגעשטעלט צו ברענגען רווחים מער ווי אנדערע זאכן. מענטשן מאכן מיליאנען דאלאר פון אט די מארקעטס, און ס’איז נאך אלץ דא גענוג און נאך פלאץ אין דעם מארקעט פאר פרישע ביזנעסלייט.
1) די ערשטע אויף די ליסטע איז “פארלירן וואג”, און דאס איז ווארשיינליך די גרעסטע מארקעט, ד.ה. אז אז דאס האט די מערסטע פארלאנג ביי מענטשן. יעדן צווייטן טאג קומט ארויף א נייע דיעטע אויף די מארקעט. די סיבה דערצו איז ווייל אין די היינטיגע צייטן איז דא אן עפידעמיע פון איבערוואג, מענטשן קענען זיך נישט איינהאלטן פון עסן, און זיי דארפן האבן הילף צו פארלירן די איבריגע פונטן.
2) פערזענליכע פינאנץ. מיר לעבן אין זייער א שוואכע עקאנאמיע. מענטשן פארלירן זייערע פארמעגנס יעדן טאג. מיר לעבן היינט אין א צייט פון א “קרעדיט עפידעמיע”; מענטשן האבן ליב צו בארגן געלט און קויפן דערמיט א קאר, א הויז, אדער אנדערע זאכן, און ווען ס’קומט צו באצאלן דערזעהט מען זיך אז מ’קען דאס נישט נאכקומען און מ’פארלירט אלעס. דערפאר זענען דא מענטשן וואס נוצן דאס אויס, און זיי שטעלן צו הילף פאר מענטשן וואס זענען אריינגעפאלן אין חובות.
3) וואסער אנשטאט אויל. מיט עטליכע יאר צוריק איז דאס געווען גאר א גאנגבארע ביזנעס, ווען עמיצער האט אנגעהויבן צו פארקויפן א ביכל מיט אנווייזונגען וויאזוי מ’קען מאכן אז א מאטאר פון א קאר זאל ארבעטן דורך וואסער אנשטאט גאזאלין. דער געדאנק איז שטארק אויפגעכאפט געווארן און פילע מענטשן האבן געצאלט געלט צו באקומען די אינפארמאציע.
4) אינטערנעט מארקעטינג. אסאך אינטערנעט מארקעטערס פארקויפן פאר מענטשן אינפארמאציע, טאקע איבער דעם פעלד פון אינטערנעט מארקעטינג, און ס’איז גארנישט שלעכט דערמיט. אינטערנעט מארקעטערס דארפן נאך אלץ האבן הילף צו פירן זייער ביזנעס, און זיי דארפן וויסן וויאזוי צו פארבעסערן און פארברייטערן זייער מארקעט.
אט די פיר ביישפילן קענען אייך העלפן צו באקומען א שטיקל בליק אויף וועלכע מארקעט ס’קען ברענגען פראפיט און וואס איר שפירט אז ס’איז פאסיג פאר אייערע מעגליכקייטן און אייערע טאלאנטן.
אינעם קומענדיגן ארטיקל וועלן מיר ארומרעדן איבער “קליק-בענק”, א פלאץ אויפ’ן אינטערנעט וואו מ’קען באקומען אינפארמאציע איבער פארשידענע פראדוקטן צו פארקויפן אנליין.