פירמע: CarLrent
עקזיסטענץ: 2 יאר
אייגענטומער: ר’ ישראל טייכמאן נ”י
טעלפאון: 914-533-3311
אימעיל: res@carlrent.com
וועבזייטל: http://www.carlrent.com
יוחנן שיף: א גוטן ר’ אהרן, לאמיר גלייך צוגיין צום ענין, וואס איז דאס “קאר לרענט? די נאמען הערט זיך ווי א קאר רענטעל, איז עס ווירקליך אזוי?
ר’ אהרן טייכמאן: ניין, מיר זענען נישט קיין קאר רענטעל, מיר זענען א קאר עיזשענסי. היינט זענען מיר שוין אויך א טרעוול עיזשענסי…
י.ש.: אנטשולדיגט פאר מיין אומוויסנהייט, אבער איך מוז איבערהאקן איידער איר גייט ווייטער, וואס איז דאס א קאר עיזשענסי? און ווי אזוי איז עס אנדערש פון א קאר רענטעל?
א.ט.: גאנץ איינפאך, א קאר רענטעל פארמאגט אייגענע קארס וואס זיי רענטן ארויס. פון די אנדערע זייט, “קאר לרענט” זוכט אייך אויף די בעסטע קאר רענטעל לויט די אומשטענדן און פארלאנג. נישט אנדערש ווי א טרעוול אגענט וואס שטעלט צו די בעסטע פלי בילעט וואס איז מעגליך, און איז נישט איינגעשטעלט ביי די ערליין.
י.ש.: אהא, א דאנק פארן אויסקלארן, ווי האבן מיר געהאלטן? איר האט געזאגט אז היינט זענט איר שוין א געהעריגע טרעוול עיזשענסי…
א.ט.: יא, כהיום שטעלן מיר צו פולע טרעוול סערוויסעס, נעמליך, קאר רענטעל, האטעלס, אינשורענס, באנען און קרוזעס, טרעוול אדווייז, אלעס, א חוץ עראפלאן טיקעטס.
י.ש.: אויב איז “קאר לרענט” א פולע טרעוול עיזשענסי, פארוואס הייסט עס דעמאלס “קאר לרענט”, עס געבט דאך א פאלשע איינדרוק ווי גלייך איר שטעלט נאר צו איין מינדערוויכטיגע סערוויס?
א.ט.: פאר איך ענטפער אויף אייער פראגע, מוז איך אינטערשטרייכן אז איר זענט נישט גערעכט צו באצייכענען קאר רענטעל ווי א מינדערוויכטיגע זאך, עס איז אמת אז עס ווערט אזוי באטראכט דורך געווענליכע טרעוול אגענטן, און דאס איז טאקע די סיבה וואס מיר האבן געגרינדעט “קאר לרענט”. מער דערוועגן אין א מינוט, און דאס ברענגט מיר גראדע צוריק צו די ערשטע טייל פון אייער פראגע, נעמליך, פארוואס אונזער נאמען שפיגעלט בלויז אפ קאר רענטעל.
די אמת איז אז מיר האבן טאקע אנגעהויבן בלויז מיט קאר רענטעל און דערפאר איז אונזער נאמען קאר לרענט. אבער מיר האבן זיך דערנאך אויסגעברייטערט צו אלע אנדערע אספעקטן פון טראוועל, ווי דערמאנט.
יעצט, די סיבה פארוואס מיר האבן געגרינדעט קאר לרענט, איך בין געווען א טראוועל אגענט, און איך האב געזען אז די פעלד פון קאר רענטעל איז פארלאזט און איז ווי א שטיף קינד צו עראפלאן טיקעטס, עס ווערט נישט גענומען ערענסט, און עס איז דא א שטארקע געברויך עס אהערצושטעלן בשלמות, און דערפאר בין איך אריין דערין.
י.ש.: קענט איר ביטע בעסער מסביר זיין אייערע ווערטער? לויט ווי איך פארשטיי, שטעלט יעדע טרעוול אגענט צו א קאר אויפן פארלאנג, וואס טוט איר מער פון דעם?
א.ט.: אמת, יעדער קען צושטעלן א קאר, די חילוק איז די עקספערטיז וואס מיר האבן, געווענליכע טרעוול אגענטן לייגן נישט קיין דגוש דערויף, און זענען באמת נישט באהאווענט אין די נושא מער ווי סתם א מענטש. עס איז בלויז א חלק פון די סערוויס וואס זיי שטעלן צו, ווען א קונה פארלאנגט עס. ביי אונז איז עס די צענטער פון אונזער ביזנעס.
י.ש.: איך וויל נישט זיין קיין ציניקער, אבער וואו גענוי קלאפט אויס די עקספערטיז? איך מיין, סוף כל סוף, וואס קען עס שוין אויסמאכן? א קאר איז א קאר, ווי זאגט נאר די וועלט “צו בארשט ברויך מען נישט קיין ציין…”
א.ט.: עס קען אויסמאכן זייער אסאך, קודם כל, די נושא פון פרייזן, מיט אונזער עקספערטיז קענען מיר צושטעלן פרייזן נאנט צו פופציג פראצענט ביליגער ווי איר וואלט געצאלט ערגעץ אנדערש.
י.ש.: אזוי גאר? איך האב גראדע אינזין געהאט צו פרעגן דערוועגן, ווייל לויט מיין פארשטאנד וואלט געדארפט זיין ביליגער צו גיין דירעקט צו די קאר רענטעל, און פארמיידן די “מידל-מען”, דערווייל זאגט איר גאר אז עס איז נאך ביליגער? ווי אזוי איז עס מעגליך?
א.ט.: יפה שאלת, דער אמת איז אזוי, אוודאי איז דא אזא באגריף אין ביזנעס “ארויסצושניידן די מיטל-מאן” (cutting out the middleman) און עס איז זייער א מסתבר’דיגע זאך אז ווי מער מענטשן זענען פארמישט און נעמען אראפ א פארדינסט, אלץ טייערער וועט די פראדוקט קאסטן, און שכל הישר וואלט דיקטירט אז דאס וועט זיין אמת אין יעדן פאל. אבער למעשה איז עס נישט אמת ביי אונזער פאל. איך וועל אייך מסביר זיין פארוואס.
אין אמעריקע זענען דא בלויז פיר נאציאנאלע קאר רענטעל פירמעס,טראץ דעם וואס זיי רופן זיך מיט מערערע נעמען. ואלו הן,
1) Hertz
2) Avis – Budget
3) Enterprise – National – Alamo
4) Dollar – Thrifty
די פרייזן ארבעטן אויף דעם פאלגענדן סיסטעם. עס זענען פארהאן פיר דרגות.
די געווענליכע פרייז רופט זיך RACK רעיטס, דאס הייסט די פובלישד עמטליכע ריטעיל פרייז. אט די פרייז איז אוועליבעל סיי ווען מען גייט דירעקט צו די פירמע, אדער אפילו דורך די גרויסע טרעוול סייטס, ווי priceline, expedia און אנדערע, קיינער געבט נישט ביליגער ווי די Rack רעיטס.
דערנאך איז דא קארפארעיט רעיטס, דאס זענען ראטעס וואס מען געט פאר גרויסע קארפארעישאנס, זייערע איינגעשטעלטע באקומען די קארפארעיט ראטע, עמטליך הייסט עס פון דרייסיג ביז זעכציג פראצענט ביליגער. אסאך היימישע אידן באנוצן זיך דערמיט, עס דרייען זיך ארום פארשידענע קארפארעשאן קאודס וואס מאנכע מענטשן באנוצן זיך צו באקומען די קארפארעשאן ראטעס. ווער עס האט עס שוין אמאל גענוצט האט שוין זיכער באמערקט אז די דיסקאונט איז פיל קלענער ווי עמטליך פארשפראכן, אין פאקט איז עס נישט מער ווי 5-10 פראצענט ביליגער ווי די אלגעמיינע פרייז…
י.ש.: ווי אזוי קען דאס זיין? איר באשולדיגט די ריזן פירמעס מיט פשוט ליגענד זאגן במילתא דעבידא לגלויי?
א.ט.: ליגענד? נישט ממש, הונאה, אפשר יא. די הסבר איז פשוט, לויט זיי, זענען די rack רעיטס נישט די ארגינעלע פרייזן, די ארגינעלע פרייז איז נאך טייערער, זיי רופן עס Max רעיטס, די rack רעיטס זענען שוין אויך דיסקאונטעד, און די קארפארעיט דיסקאונטס זענען באזירט אויף די ארגינעלע – הויכע max רעיטס. ממילא אין רעאליטעט איז עס נישט מער ווי 5-10 פראציענט ביליגער פון די געווענליכע פרייזן. גראדע, איז עס א אנגענומענע ביזנעס/מארקעטינג פארטל, לאו דוקא אין די טרעוול אינדוסטריע, נאר אין די גאנצע וועלט, אז מען אדווערטייזד טיפע דיסקאונטס וואס זענען איו רעאליטעט נישט פיל ביליגער פון די געווענליכע פרייז, אבער איז אויסגעארבעט לעגאל אז עס זאל האבן עפעס א פירוש.
נחזור לעניננו, דערנאך איז דא אזא באגריף ווי א “טור” רעיטס. דאס איז א גאר ביליגע ראטע וואס די פירמעס געבן, אפטמאל מאכן זיי ניטאמאל קיין רווחים דערויף, נאר זיי האבן זייערע סיבות פארוואס זיי געבן עס, עס איז א אריכות און איז נישט אזוי ווייט נוגע פאר די ליינער די פונקטליכע חשבונות וואס ליגט דארונטער.
חוץ די פיר לעוועלס איז דא פארשידענע “קיופאנס” און ספעציעלע “דילס” וואס די פירמעס האבן אלץ, און עס פעלט אויס עקספערטיז און וויסנשאפט צו וויסן וואס איז אלץ אוועליבעל, און וויאזוי צו נעמען אדווענטעזש און קוואליפיצירן דערצו.
קאר לרענט האט א ספעציעלע קאנטראקט אונטער וואס מיר באקומען האלסעיל פרייזן ווי אויך נעמען מיר אדווענטעזש פון די א.ד. טור רעיטס און קארפארעיט רעיטס ווען מעגליך. חוץ מזה האבן מיר מענטשן וואס געבן זיך אפ בלויז מיטן אויפזוכען און נאכגיין יעדע מעגליכע קיופאן און ספעציעלע “דילס” וואס זענען אלץ דא. פארשטייט זיך אז איך קען נישט אריינגיין אין די פרטי פרטים פון אונזערע אפמאכן מיט די פירמעס, אבער איך קען אייך פארזיכערן אז מיט אונזער עקספערטיז האבן מיר די מעגליכקייט צו געבן גאר גוטע פרייזן וואס מען קען נישט טרעפן ערגעץ אנדערש.
די פאקט איז אז אונזערע פרייזן זענען היבש נידעריגער פון די געווענליכער rack ראטעס וואס מען באקומט דירעקט פון די רענטעל פירמעס, אדרבא, מען קען זיך אליין איבערצייגן, מען קען אונז אנרופן פאר א פרייז און פרובירן צו פארגלייכן צו די בעסטע פרייזן וואס מען קען טרעפן אויף די אינטערנעט.