עס איז אלץ טרויעריג צוצוזען א זאך אפוועלקן, צוזאמלייגן פונאנדערגיין אין א גסיסה כארכעל און אפשטארבן, אפילו ווען עס איז נישט קיין מדבר, נאר בלויז א חי און אפילו א צומח צו נאר א פשוטע דומם. ווען מען באטראכט א חורבה ווערט קאלעמוטנע אויפן הארץ, אפילו די ציגל און האלץ האבן נישט קיין פארשטאנד און געפיל צו באגרייפן זייער נעבעכדיגן שטאנד. פארגאנגענע זומער ווען האריקעין איירין האט איבערגעלאזט נאך זיך פילע אויסגעווארצעלטע ביימער האט מיר אנגעכאפט א רחמנות געפיל אויף די הערליכע מעכטיגע ביימער וואס ליגן אויף די ערד אין א גסיסה צושטאנד, די בלעטלעך גלאנצעדיג גרין, נאכנישט עספיעט אפילו פארוועלקט צו ווערן, פארט טויט ווי א קאפ-לאזע שטיר.
פילפאכיג מער איז דאס געפיל ווען מען רעדט פון א ריז, פון עפעס וואס בחייו איז עס געווען נישט סתם אזוי כמוני כמוך, א דבר מן השורה, נאר עפעס מיט מעכטיגע פראפארצן, א אויסנאם, ווי העכער מען איז פאר די נפילה, אלץ שטערקער איז דאס קלאפ דערנאך, א ענין פון מאיגרא רמה לבירא עמיקתא.
נאך א פאקטאר פארוואס מען ווערט מער איבערגענומען, איז ווייל מען פילט זיך פיל מער באדראעט, ווי חז”ל זאגן, אם בארזים נפלה שלהבת, מה יעשו אזובי קיר. ווען א א שוואכיטשקער קראנקער פערזאן גייט אויס, רעדט מען זיך איין, דאס מיינט גארנישט מיר, אבער ווען א ברייט בייניגער ניגער כאפט א הארץ אטאקע דאכט זיך יעדן אז מען הערט די שארך פון די מלאך המות פליגעל (ה”י).
אין די ביזנעס וועלט באגעגענען מיר זיך פיל מאל מיט אלטע מעכטיגע פירמעס, וועלכע האבן אין זיינער צייט געקערט א וועלט, און זענען היינט אויפן וועג אדער גאר אויפן סאמען שוועל פון באנקראט. חוץ די טרויעריגע געפיל וואס דאס ברענגט אויף, ברענגט עס אויך אריין א שרעק אין יעדן ביזנעסמאן, אויב אזא ריזיגע פירמע מיט הונדערטער באצאלטע געלערענטע אנאליסטן און ראטגעבער האט זיך אזוי מיאוס באגראבן און פאררעכענט, מה יענו אזובי קיר.
איז דערפאר העכסט וויכטיג צו אנאליזירן אט די פענאמען, ווייל דאס איז אמאל זיכער אז בלויז עלטער איז נאכנישט קיין גענוגענדע סיבה פאר א פירמע צו באנקראטירן. עס איז דא גענוג אלטע פירמעס וועלכע האבן זיך אריינגליטשט אין די ימי זקנה זייער לייכט אן קיין קענטיגע עלטער שוועכע, און גאלאפירן פאראויס אן קיין שום צייכן פון נאכלאזן, אדרבא, זיי נוצן די עלטער און אנזען צו זייער עדווענטעזש.
שליסליך זענען די פאקטארן נוגע פאר יעדן ביזנעס מאן, ווייל ווי געזאגט, זקנה פאר זיך איז נישט קיין סיבה פון באנקראט, עס איז ענדערש א געמיש פון שלעכטע באשלוסן און נישט שטיין גענוג אויף די וואך “נישט צו פארלירן די רעלעוואנץ” אין די מארקעט. זייער אפט ווערט פארזען די וויכטיגקייט פון זיך טוישן מיט די צייט. ספעציעל אין די היינטיגע וועלט וואו זאכן טוישן זיך אין חדשים אנשטאט יארן. אז עס גייט גוט היינט מיינט נישט אז מארגן וועט אויך אזוי זיין, אפילו מען טוט אלעס ווייטער ווי ביז היינט, ווייל די וועלט און די מארקעט טוישן זיך יא.
און דאס איז שוין נוגע פאר יעדעם, א נייע ביזנעס איז, היינטיגע צייטן, נישט גאראנטירט צו בלייבן לענגער רעלעוואנט ווי א עלטערע, זאכן טוישן זיך אויסערגעווענליך שנעל און מען דארף האלטן א אויג דערויף.
*
אין די לעצטע וואכן האבן צירקולירט שמועות איבער די ערענסטע פינאנציעלע מצב אין וואס די מעגא פירמע “איסטמאן קאדעק” געפינט זיך. אין יאנואר 19 האט עס פאסירט, די מולטי נאציאנאלע 131 יעריגע פירמע וואס האט יארן קאנטראלירט איבער ניינציג פראצענט פון די אמעריקאנע מארקעט האט געפיילט פאר טשעפטער 11.
(אגב, די פירמע איז א שכן קרוב מיט אונזערע ניו יארקער לייענער, עס איז הויפט קווארטירט -זינט איר גרינדונג ביזן היינטיגן טאג- אין ראטשעסטער, ניו יארק.)
פארשטייט זיך אז זייערע סטאקס האבן געטראסקעט מיט 35 פראצענט, אבער דאס איז נאר די שפיץ פון די אייזבארג.
נישט לאנג צוריק, אין יאר 97’ למספרם האבן די קאדעק סטאקס געהאלטן ביי $93 א שעיר, היינט האלט עס ביי 0.36 סענט, אין בלויז פערצן יאר א טראסק פון 99.99 פראצענט!
אויבנאויף דארף מען נישט זיין קיין גרויסע תנא קמא צו פארשטייו וואס האט געפירט צו קאדעק’ס מאסיווע נפילה, א מער, (דא דרייט מען מיט די פינגער) קאדעק’ס ספעציאליטעט איז דאך אלץ געווען פילם ראלען און אלעס וואס אנטבאלאנגט צו פילם פראסעסינג, ווי קעמיקאלן, פאפיר און מאשינעריי. נו, איז דאך זעלבסט פארשטענדליך אז כהיום ווואס די טעג פון פילם זענען שוין געציילטע אדער אפילו גענצליך דערנאך (עס ווערט בלויז גענוצט דורך א ענגע צאל האביאיסטן וואס גלייכן דעם פראצעס און מעגליכקייטן פון אויסארבעטן פילם) איז דאך א טאטאלע אויפלעזונג אומפארמיידבאר…
אין אמת’ן איז עס ווייט נישט אזוי פשוט, צוליב די פאלגענדע -ווייניג באוויסטע- פאקט, נעמליך, קאדעק האט גאר ערפינדן די דיזשיטעל קאמערע! יא קאדעק האט אויסגעטראפן די האק וואס האט איר אפגעהאקט דעם קאפ, נאך אזוי פרי ווי אין יאר 75’ למספרם. עטליכע יאר פאר אנדערע פירמעס האבן אפילו געחלום’ט דערפון. טא, ווער נאך ווי קאדעק איז געווען אין אזא גוטע פאזיציע איינצונעמען די דיזשיטעל קאמערע מארקעט? שכל הישר וואלט דיקטירט אז קאדעק זאל היינט זיין די מארקעט פירער אין דיזשיטעל קאמארעס. ווי גענוי איז געליגן די פאטאלע טעות?
דער ענטפער ליגט -אין טייל- אין די פאלגענדע עפיזאד, טראץ דעם וואס קאדעק איז געווען די ערשטע צו ערפינדן די דיזשיטעל קאמערע איז זי נישט געווען די ערשטע עס צו פראדוצירן און פארקויפן. אין יאר 81’ האט סאני ארויסגעגעבן די ערשטע דיזשיטעל קאמערע, לעומת זה קאדעק האט זיך צוריקגעהאלטן פון פראדוצירן דיזשיטעל קאמערעס. די חשבון איז געווען א ריין ביזנעסדיגע. נעמליך, ביים פארקויפן דיזשיטעל קאמארעס וואלט קאדעק -עווענטועל- פארדינט פיל ווייניגער ווי פילם.
קאדעק’ס סטראטעגיע איז געווען צו פארקויפן ביליגע קאמארעס, אזוי אז מענטשן האבן זיך גרינג ערלויב א קאמארע, דערנאך האט מען געברויכט קויפן קאדעק פילם עס צו נוצן, מענטשן געבן גרינג אויס אפאר דאלער אויף אמאל. און אויף דעם האט קאדעק פארדינט יעדעס מאל וואס איינער האט פילמירט א בילד. אזוי אויך האבן זיי דאן אנגעהויבן צו פארקויפן ביליגע דיספאזעבל קאמארעס, און פארדינט עטליכע דאלער יעדעס מאל. לעומת זה ביי א דיזשיטעל קאמארע, ווי טייער די פרייז זאל נאר נישט זיין ביים ערשטן מאל קויפן, וועט קאדעק פארדינען פיל מער -דורכאויס די לעבן פון די קאמארע- פון די פילמס וואס איז א נאכנאנדע אנגייענדע געברויך, כאטש עס איז בלויז א מינימאלע סכום אויף אמאל.
די חשבון פאר זיך איז לכאורה א ריכטיגע, און מאטאמאטיש האט עס טאקע געשטימט. דערפאר האט קאדעק זיך געלייגט די קאפ אין זאמד און זיך פארהוילן פונעם מציאות. נישט וועלנדיג אליין אונטערברענגן זייער קעש קו, נעמליך, פילם.
קאדעק האט אבער פארזען די פאקט אז מען קען נישט אפהאלטן א רעוואלוציע בלויז דורכן שטיין אין א זייט און נישט אנטייל נעמען, אז נישט דו, וועט זיך אפירזוכען א צווייטער, אנשטאט אויסצוניצן די מאמענט און ווערן א פירער איז זי געזעצן באקוועם אין ווינקל און געמאלקן פילם פאר נאך עטליכע יאר. און דערווייל געלאזט אנדערע איבערנעמען די לייצעס. אזוי האט קאדעק פארנאכלעסיגט די דיזשיטעל פענאמען ביז עס איז געווען צו שפעט.
עס איז וויכטיג צו נאטירן אז דאס איז בהחלט נישט געווען די אויסשליסליכע טעות פון קאדעק, זייער זעלטן וועט בלויז איין אומריכטיגע אקט אדער פאלשע סטראטעגיע גענצליך אונטערברענגן א פירמע. עס האבן נאכגעפאלגט א רייע מיסקאלקולאציעס און פארפאסטע געלעגנהיייטן וואס האבן צוגעברענגט צו די מצב אין וואס קאדעק געפינט זיך היינט. נאר מיר זענען דא נישט אויסן צו באשרייבן א גרינטליכע אנאליז אויף די פירמע.
איך גלויב אבער אז די פונקט וואס מיר האבן באהאנדעלט איז ווערט צו נעמען אין באטראכט ווייל עס קען נוגע זיין פאר יעדן פריער אדער שפעטער, די וועלט טוישט זיך, אז מען כאפט א דרימל אין באן שטאציאן קען מען זיך אויפכאפן און באמערקן אז די באן איז שוין אפגעפארן…
קאדעק: דאס שווארץ בילד
4 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
סעריע: אנאליז · דורך: יוחנן שיף · וואך: יתרו תשע"ב · בעל-בית נומער: 58 · דאטום: 2012-02
http://www.balboos.com/content/2012/02/קאדעק-דאס-שווארץ-בילד/ קאפיע אין ארכיוו
http://www.balboos.com/content/2012/02/קאדעק-דאס-שווארץ-בילד/ קאפיע אין ארכיוו