ווארט פון רעדאקציע

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: פון די רעדאקציע טישל · דורך: admin · וואך: משפטים תשע"ב · בעל-בית נומער: 59 · דאטום: 2012-02
http://www.balboos.com/content/2012/02/ווארט-פון-רעדאקציע-13/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
ווארט פון רעדאקציע

מיר זענען צופרידן צו מעלדן פון א ספעציעלע הנחה פאר אלע בעל בית ליינער, נישט בלויז פאר מעמבערס.
די בארימטע וועב-חבר פירמע האט יעצט געהעכערט זייער פרייז פון $3.95 צו $4.99 א חודש.
מיר האבן באוויזן אויסצוארבעטן מיט די פירמע אז בעל בית ליינער זאלן ווייטער קענען באקומען די אלטע פרייז פון $3.95 לכל הפחות ביז סוף פונעם קאלענדער יאר 12′.
צו באקומען די הנחה, נוצט די קיופאן קאוד BALBOOS2012.
*
ביזנעסלייט וואס ווילן אהערשטעלן הנחות פאר בעל בית מעמבערס, אדער סובסקרייבער און דורך דעם דערווערבן די לאיאליטעט און הכרת הטוב פון טויזענטער סובסקרייבערס און מעמבערס, ווי אויך זיין בארעכטיגט צו הנחות אויף אדווערטייזמענט אין בעל בית, זאלן זיך פארבינדן דורך אימעיל פאר פרטים.
mail@balboos.com
*
צו ערפילן די בקשה פון עטליכע מעמבערס, ווילן מיר מעלדן אז פון די וואך אנגעהויבן וועלן באצאלטע מעמבערס קענען באקומען די “פרינטעבעל” ווערסיע פי די עף אין אימעיל, גלייך מאנטאג צופרי צוזאמען מיט’ן ערשיינונג פון בעל בית. (כדי נישט צו באלעסטיגן די וואס ווילן נישט מערערע אימעילס, וועט איר דארפן פארלאנגן ארויפצוגיין אויף די ליסטע.)
די רעגולער פי די עף ווערסיע ווערט ארויסגעשיקט שפעטער אין טאג (צוליב טעכנישע סיבות).
*
ווי איר זעט אוודאי, האבן מיר בעזהי”ת אנגעהויבן מיט א נייע קאלום “ביזנעס פראפיל”, ווי מיר בליקן אריין אין היימישע ביזנעסער און אונטערנעמונגען. אין די פארעם פון א אינטערוויא מיטן אייגענטומער, און צומאל ווי א באשרייבונג.
די צילן זענען צוויי פאכיג, איינס, צו געבן די געלעגנהייט פאר אונזערע ליינער צו זען און הערן און עפעס נאשן פון די ערפארונג פון אנדערע היימישע מוצלח’דיגע ביזנעסלייט.
צווייטענס, מיר ווילן געבן די געלעגנהייט פאר היימישע ביזנעסלייט זיך פארצושטעלן פארן ציבור, אראפלייגן וואס זיי קענען צוגעבן אדער ארויסהעלפן דעם עולם, אזוי ווי דוד המלך ע”ה האט שוין ג’עצה’ט, לכו והתפרנסו זה מזה.
אויב זענט איר אינטערעסירט פארצושטעלן אייער ביזנעס אין די בעל בית פארבינדט אייך מיט אונז אויף אימעיל.

מיט כבוד
די רעדאקציע