ליינער רעאגירן אויף ארטיקל ” עס לוינט זיך!” (בעל-בית יתרו תשע”ב)
לדעתי איז דאס וואס איר שרייבט וועגן מארקעטינג נישט אמת. נאר גרויסע קאמפאניס ווי קאקא קאלע וועלכע האבן א גרויסע בודזשעט דערפאר, קענען זיך ערלויבן אגרעסיווע מארקעטינג.
רוב קליינע ביזנעסער (85%) פארמאכן זיך די ערשטע יאר און דאס איז ווייל זיי ספענדן צופיל אויף מארקעטינג…
איך ווייס פערזענליך פון עטליכע היימישע ביזנעסער וואס האבן זיך פארמאכט צוליב דעם.
(-)
איך וואלט הנאה געהאט אויב איר וואלט געקענט זיך אביסל אויברייטערן און ענטפערן עטליכע פראגעס.
1) ווי אזוי האט יענער אנגעהאלטן די עטליכע וואכן ווילאנג ער איז נאכגעלאפן די קליענטן.
2) וויאזוי האט ער זיכער געמאכט אז די הויכע מענטשן וועלן באקומען די בראשורן?
3) מען קען טרעפן יעדע זאך פאר ביליגער אנליין, ווי אזוי קען מען בייקומען דעם פראבלעם?
ישעי’ לייב
ר’ יואל קליין ענטפערט:
אל כבוד השואלים,
איר האט זייער אויפריכטיג און שטארק ארויסגעברענגט די פאקט אז אדווערטייזונג און מארקעטינג דארף זיין מיט א חשבון. ווען מען הייבט אן דעם קאמפיין דארף מען וויסן וואס און וועם מען וויל דערגרייכען און נאר אזוי קען מען בעז”ה זעהן די ריכטיגע רעזולטאטן.
מען טאר בכל אופן נישט טיען מארקעטינג אן א ציל, און מען טאר נישט קוקן אויף אדווערטייזונג ווי א מלאך וואס גייט ברענגען די ישועה. אז מען מוטשעט זיך צו אויפהאלטן די ביזנעס, איז נישט אדווערטייזונג אייביג דער ענטפער.
עס זענען דא פארשידענע צילן וואס מען קען אויפטוען מיט מארקעטינג אבער דער עיקר איז צו ציען קונים און צו ארויפברענגען די רווחים.
וואס מיר האבן געשריבען איז נאר שייך ווען מען ווייסט שוין אויף וואס מען צילט.
נאך מער, מיר האבן גערעדט פון קלוגע און עפעקטיווע מארקעטינג שריט וועלכע ציען נישט אריין און שווערע הוצאות.
די אנדערע פראגעס וועלן מיר בלי”נ אדרעסירן אין א קומענדיגע געלעגנהייט.
פאר סיי וועלכע פראגע איבער די נושא קענט איר רופן צו מיר אין אפיס אויף 718-855-5850
יואל קליין
PBC
טעקס ריטורן אלץ שיעבוד פאר א ביזנעס הלואה
בנוגע איינער וואס זוכט א ביזנעס הלואה.
אויב די באקומסט א טעקס ריטורן יערליך דארפסטו קענען גרינגער טרעפן א מלוה ווייל די האסט א גיטע שיעבוד. זיי אבער גרייט אינטערצושרייבן אז אויב די באצאלסט נישט די חודש’ליך פעימענטס וועסטו מוזן פיילן די טעקס ריטורן דורך איפייל אינעם מלוה’ס אקאונט אן קיין שום טענות.
אין ער וועט קענען נעמען האלב פין די טעקס ריטורן אנשטאט די חודשליך פעימענטס עד שישלם החוב (זעה ער זאל נישט נעמען די גאנצע טעקס ריטורן ווייל אויב יא וועסטו נישט האבען קיין געלט פאר ספעציעלע סעזאנען ווי יו”ט, קעמפס אד”ג)
א טעקס ריטורן איז היינט די שטערקסטע שיעבוד – לויט אסאך אפילו שטערקער פין קרקעות
הצלחה
קרן עזר
פראגע: ערבך ערבא צריך, ווי אזוי מאך איך טאקע זיכער אז דער לוה גייט טאקע פיילן זיין טעקס ריטוירן צו מיין אקאונט?
ענטפער: אטו ברשיעי עסקנים?
מ’רעדט דא פין איינעם וואס די קענסטו געטרויען
נאר וואס דען, האסט מורא אז זיין געשעפט וועט זיך נישט אויסארבייטן אין ער וועט דיר נישט קענען באצאלען
יעצט אויב שרייבט ער אינטער פאר דיר א התחייבות אז ער גייט דאס פיילן אין דיין אקאונט ביזטו עס למעשה זוכה קודם דמטא הנאה לידיה
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=302
טרענספערן פיילס דירעקט פון איין סערווער צו די צווייטע
איז דא א גרינגע מהלך צו טרענספערן פיילס דירעקט פון איין סערווער צו די צווייטע?
אן דארפען דאונלאדען דירעקט צו מיין קאמפיוטער און דערנאך אפלאדען (איך רעד פון עטליכע גיגאבייטס)
איך ווייס אז מען קען עס טון דורך א קאמפעליצירטע PHP סקריפט, איך רעדט אבער פון א פארהעלטענסמעסיגע גרינגע וועג.
און ניין, FTP קען עס נישט טון, FTP ארבעט דירעקט פון New Linkמיין קאמפיוטער צו א FTP סערווער (יעדע וועב סערווער האט אינסטולירט א FTP סערווער, אדער קען מען אינסטולירן א FTP סערווער אויף סיי וועלכע קאמפיוטער, נאר כדי צו נוצן ערפאלגרייך ברויך מען האבן א סטעטיק איי. פי. אדרעס)
אבער FTP איז נישט קיין מיטל צו טרענספערן פון א רעמאוט סערווער צו א רעמאוט סערווער, חוץ אז די ווילסט עס קודם דאונלאדען צו דיר, אבער דעמאלס איז עס נישט קיין “סערווער צו סערווער”.
(די שאלה איז געוואנדן דירעקט צו פראפעשאנעל וועב דעוועלאפערס).
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=303
אינפארמאציע איבער EZ Jet
איז שוין איינער געפארן מיט easy jet ? אויב יא ביטע טיילט מיט אייער עקספעריענס.
יישר כח
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=247
רעדאקציע: מיר ווילן אנמערקן אויף נאך עטליכע אינטערעסאנטע שמועסן וואס זענען פארגעקומען אנליין, נאר מיר קענען נישט אלעס אראפברענגען.
אט זענען עטליכע לינקס.
אינפארמאציע: ביליגע שיפפינג פאר סמאל ביזנעס.
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=305
אינפארמאציע און דיסקוסיע: Social Media Marketing פאר אנליין ביזנעס.
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=308
באלערענדע דעבאטע: אלטערנעטיוו VS טראדיציאנאלע מעדעצין
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=301