סיי אויב אייער ביזנעס איז פראדוקט אדער סערוויס געשטימט וועט איר נישט פארדינען קיין פרוטה ביז מענטשן הייבן אן איינצוקויפן ביי אייך. עס איז אומגלויבליך צו זעהן וויפיל מענטשן פלאנירן אלעס אויס- פון שטאב, צו לאקאציע, צו ווענדערס און פראדוקטן- איידער זיי טראכטן אריין ווי זיי גייען אריינציען קליענטן וואס וועלן באצאלן פאר דאס אלעס!
דער פאלגענדער עצה איז א סעילס מעטאדע וואס קען אדאפטירט ווערן צו יעדער סארט ביזנעס, פון די קלענסטע היים ביזנעס ביז דער גרעסטער פירמע. עס איז א סיסטעם וואס איז שוין איבערצייגט געווארן צו ארבעטן יעדעס מאל. מולטי-מיליאן דאלערדיגע ביזנעסער זענען שוין געבויט געווארן דעראויף, און עס פאלט קיינמאל דורך. נאכמער, איר ווייסט זיכער דערוועגן. איז וואס איז עס?
צו פארשטיין ווי דער סיסטעם ארבעט, לייענט דער פאלגענדער פשוטע דוגמא.
א מענטש טראכט צו קויפן א פערד פאר זיין זוהן. ער האט אדורכגעטוהן אלע זיינע אפציעס און איז געבליבן מיט צוויי- ביידע מיט די זעלבע פרייזן און מעלות. דער מענטש איז מחליט צוריקצוגיין און איבערקוקן ביידע איידער ער מאכט זיין החלטה. דער ערשטער פארקויפער באגריסט אים העפליכערהייט און פירט אים צו דעם פערד. ער גייט נאכאמאל איבער אלע אירע מעלות און ענטפערט די צוגעקומענע שאלות מיט פיל געדולד.
גוט געטוהן, נישט אזוי?
אבער ערשט לייענט וואס דער צווייטער פארקויפער האט געטוהן!
ער האט געזאגט, “קוקט, איך וויל אז איר און אייער זוהן זאלן זיין העכסט צופרידן מיט דעם פערד. איך וויל נישט אז איר זאלט דאס קויפן אויב זענט איר נישט העכסט צופרידן משום איזה סיבה, און דערפאר עצה איך אייך ווי פאלגנד. איך וועל דעליווערן דעם פערד צו אייך היינט נאכמיטאג, מיט גענוג עסן וואס וועט האלטן פאר צוויי וואכן. לאזט אייער זוהן פירן דעם פערד, זיך צוגעוואוינען דערצו, און זעהן אויב דאס איז וואס ער גלייכט. קומט צוריק צו מיר אין צוויי וואכן. אויב דער פערד איז נישט וואס איר זוכט, זייט מיר פשוט מודיע און איך וועל דאס קומען אפנעמען. קיין שום פראבלעם. אויב גלייכט ער דאס, ווי איך האלט ער וועט, ברענגט דאס געלט און צאלט דערפאר דעמאלס.”
וועלכער פערד מיינט איר האט יענער געקויפט? עס איז נישט שווער צו וויסן דעם ענטפער.
“דער עיקר פאקטאר וואס האלט איינעם צוריק פון דורכפירן א טראנזאקציע איז דער פארכט אז ער וועט אריינפאלן”
דאס איז א וויכטיגע מעטאדע וואס העלפט ברענגען קליענטן פאר יעדעס סארט ביזנעס. דער עיקר פאקטאר וואס האלט איינעם צוריק פון דורכפירן א טראנזאקציע איז דער פארכט אז ער וועט אריינפאלן. פארמיידט דעם ריזיקע פארן קונה און איר וועט זעהן ווי איר קומט צוריק צו אייך נאכאמאל און נאכאמאל.