אין די פריערדיגע לעקציע זענען מיר דורכגעגאנגען אפאר מארקעטס וואס האבן א שטארקע אויסזיכט מצליח צו זיין, וויבאלד ס’איז דא א ריזיגע צאל מענטשן וואס זענען גרייט דאס צו קויפן און קוקן ארויס צו ווערן סערווירט. די מענטשן קוקן שטארק ארויס צו טרעפן א לייזונג צו זייערע פראבלעמען, און זיי דארפן האבן דעם פראדוקט אדער סערוויס וואס איר שטעלט צו.
אצינד וועלן מיר רעדן פון אן אנליין פלאץ וואס הייסט “קליקבאנק”
וואס איז אויפגעשטעלט געווארן צו העלפן “אפיליעיט מארקעטערס”, ווענדארס, און געווענליכע מענטשן, צו לייזן זייערע פראבלעמען אינאיינעם.
“קליקבאנק” איז א “ווירטואלע מארקעטפלעיס”. די נאמען דערפון איז אפשר נישט פאסיג, ווייל ס’מאכט עס אויסקוקן כאילו ס’איז א באנק וואס עקזיסטירט בלויז אנליין. אבער מיר וועלן אייך ערקלערן אין פשוט’ע ווערטער וואס דאס איז.
ווען איר גייט אין א לאקאלן מארקעט, וועט איר זעהן אז עס זענען דא דארט אסאך טישן. ביי יעדן טישל שטייט א פשוט’ער מענטש און ער פארקויפט היימיש-געמאכטע סחורה אדער אנדערע פראדוקטן, פאר אנדערע מענטשן וואס זענען געקומען אין מארקעט.
קליקבאנק איז די זעלבע זאך. ס’זענען דא הונדערטער און טויזנטער ‘טישלעך’ וואס זענען אויפגעשטעלט געווארן אין דעם מארקעט. די טישלעך זענען אויסגעשטעלט לויט קאטאגאריעס.
די איינציגסטע חילוק צווישן “קליקבאנק” און אן עכטע מארקעט, איז אז מענטשן קומען נישט דוקא אין א זונטאג און מ’שפאצירט נישט ארום צווישן די טישלעך צו זעהן וואס מ’פארקויפט. נאר אנשטאט דעם קומען מענטשן וואס האבן א געוויסע פראבלעם אדער א געברויך, און מ’שיקט זיי צו א באשטימטן טישל אינעם מארקעט צו קויפן א פראדוקט אדער סערוויס וואס איז געצילט פאר דעם פראבלעם אדער געברויך.
און ווער שיקט די מענטשן צו די טישלעך? ווער זאגט פאר’ן מענטש צו וועלכן טישל ער דארף גיין?
די אפיליעיט מארקעטערס!
אויב אן אפיליעיט מארקעטער שיקט איינעם צו א סוחר, און יענער מענטש קויפט למעשה עפעס וואס דער סוחר פארקויפט, וועט דער אפיליעיט מארקעטער באקומען פונעם סוחר אפאר פראצענט קאמישאן.
וויאזוי שיקט דער אפליעיט מארקעטער א קאסטומער צום סוחר? אויף דעם איז דא פארשידענע אופנים. איין וועג איז דורכ’ן שרייבן אן ארטיקל וואס באהאנדלט דעם פראבלעם וואס דער באזוכער האט, און ביים ענדע פונעם ארטיקל לייגט ער א “לינק” וואס שיקט דעם באזוכער צום סוחר וואס פארקויפט די זאך וואס קען אים העלפן.
דער אפיליעיט מארקעטער קען אויף נוצן באצאלטע אדווערטייזינג, צב”ש “פעי פער קליק” דורך גוגעל’ס אדווערטייזינג, אדער א קלאסיפייד אדווערטייזמענט אנליין. אדער קען דער מארקעטער אויפבויען א קאמיוניקאציע מיט זיינע ליינער דורכ’ן שיקן אימעילס צו אדווערטייזן די פראדוקטן.
דאס איז אין קורצן וויאזוי קליקבאנק ארבעט, און דאס איז א מהלך וואס אסאך מענטשן נוצן ווען זיי הייבן אן אריינצוגיין אין אינטערנעט מארקעטינג, ובפרט אין אפיליעיט מארקעטינג.
אין די קומענדיגע ארטיקלען וועלן מיר רעדן איבער אינטערנעט טרעפיק, וואספארא סארט טרעפיק ס’איז אלץ דא, און פארוואס דאס איז אזוי וויכטיג פאר אינטערנעט מארקעטערס.