דורכאויס די צייט ווערט די קאמפיוטער אנגעפילט מיט פאנטס, און מען געדענקט שוין נישט פון אויסעווייניג וועלכע פאנט איז וואס, ספעציעל ביי גרעפיק דעזיינערס זאמעלט זיך אן הונדערטער פאנטס מיט די צייט.
טיל מאל מאכט זיך אז מען דאונלאעד נייע פאנטס און מען וואלט עס געוואלט דורכקוקען און פארגלייכן פארן אינסטולירן. וויבאלד פאנטס ליגן אין מעמארי און מאכן שטייטער די קאמפיוטער, איז א שאד צו אינסטולירן וואס מען דארף נישט.
“פרינט מיי פאנט” איז א קליינע פשוטע פראגראם, עס איז פארטעבל (מען דארף עס נישט אינסטולירן) און עס פארמאגט עטליכע פראקטיזע פונקציעס.
מען קען זען אלע אינסטולירטע פאנטס, און אזוי אויך פאנטס פון סיי וועלכע פאלדער וואס זענען נישט אינסטולירט, עס געבט די מעגליכקייט שנעל צו פארגלייכען פאנטס, מען קען אריינלייגן סיי וועלכע טעקסט צו זען א פריוויו.
די עיקר פונקציע איז די מעגליכקייט ארויסצופרינטן א סעמפל פון אלע סיסטעם פאנטס אדער בלויז פון א טייל, אדער פון זיי וועלכע פאלדער. אזוי ארום קען מען אלץ האבן פאר די אויגן די אויסזען פון אלע פאנטס וואס מען פארמאגט.
עס איז אפטמאל גרינגער און שנעלער צו קוקן אויפן פאפיר ווי איידער דורכגיין אויפן קאמפיוטער יעדע מעגליכע פאנט, ביז מען טרעפט וואס מען וויל.
עס האט נאך א מעלה, אז אזוי איז גרינגער זיך אויסצולערנען און געדענקן די נעמען פון די פאנטס. א זאך וואס קומט זייער צוניץ אויב מען טוט אסאך אין גראפיקס אדער לעיאוט.
די פראגראם האט עטליכע אפציעס וואס מען קען אנשטעלן, די גרויס פון די טעקסט, נעמען, נומערן א.א.וו.
געדענק: אריינצולייגן אויך אידישע אותיות איידער איר פרינט עס ארויס.
http://www.sttmedia.com/download=PrintMyFonts