קאר לרענט אינטערוויא – 2

5 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: ביזנעס פראפיל · דורך: יוחנן שיף · וואך: משפטים תשע"ב · בעל-בית נומער: 59 · דאטום: 2012-02
http://www.balboos.com/content/2012/02/קאר-לרענט-אינטערוויא-2/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
קאר לרענט אינטערוויא – 2

המשך פון פריער
יוחנן שיף: איך הער וואס איר זאגט, די תמצית איז, אז אויב מען פארמאגט עקספיריענס און עקספערטיז איז שייך צו שאפן פיל ביליגערע פרייזן ווי סתם א עמך איד וואס זוכט ארום אויף די אינטערנעט, אדער אפילו ווי א געווענליכע טרעוול אגענט וואס ליגט נישט אין די קאר רענטעל פעלד.
איר האט אבער געגעבן אנצוהערן אז מען קען פיל נהנה זיין פון אייער עקספערטיז?, טא וויזשע נאך קלאפט עס אויס, חוץ ביליגערע פרייזן?
ר’ אהרן טייכמאן: ווי ערווענט, עס קען אויסקלאפן אויף צענדליגע וועגן, איך וועל אנרירן די נקודה פון דינגען א קאר אין אויסלאנד, עס איז זייער אנדערש ווי אין אמעריקע, און אז מען איז נישט בתוך הענינים קען מען נישט חלום’ן וואספארא סורפרייזעס און עגמת נפש עס ווערן פארמיטן דורך גיין מיט אונז.



י.ש.: זונט איר האט מיר אזוי שיין אויפגעקלערט איבער די ענין פון פרייזן, גלייב איך אייך שוין אויפן ווארט, אבער דאך, פאר אונזערע סקעפטישע ליינער, אפשר קענט איר מער אויסשמועסן וואס איז אזוי אנדערש אין אויסלאנד און מיט וואס קען מען אריינפאלן.
א.ט.: אדרבא, איך שפיר עס פאר א זכיה איבערצוגעבן די אינפארמאציע לתועלת הציבור, עס קען פארשפארן פיל געלט און עגמת נפש ווען מען ווייסט אביסל וואס טוט זיך.
איז אזוי, אין אמעריקע ווען מען דינגט א קאר, איז דא די “בעיס” ראטע, דאס הייסט די פאקטישע קאסט פון דינגען די קאר, פלאס טעקס, און דערנאך קומט צו אינשורענס. די אינשורענס איז אייגענטליך אנדערש פון סטעיט צו סטעיט. צ.ב.ש. אין ניו יארק פארלאנגט די געזעץ אז די פרייז זאל שוין אינקלודען מינימום לייעביליטי קאווערעזש (מען קען צוקויפן מער קאווערעזש אויב מען וויל), אבער דאס איז נישט איבעראל.
עס איז פארהאן פיל ערליי אינשורענס, אבער איך וועל אויסרעכענען די דריי וואס זענען די מערסטע שייך
Liability
דאס צאלט פאר די שאדן וואס דער דרייווער איז גורם (אין פאל פון א עקסידענט) פאר א צווייטן, קערפערליכע אדער געלט שאדן.
Collision
צאלט פאר די קאר רענטל פירמע היזקות אויף די געדינגענע קאר גופא.
Comprehensive Coverage

צאלט פאר גניבה, פייער און אנדערע היזקות וואס ווערן פאראורזאכט צו די קאר דורך אנדערע גורמים, חוץ א קרעש וואס ווערט געקאווערט פון קאליזשאן.
ווי געזאגט, עס זענען דא מער פון דעם, ווי צ.ב.ש. BIL צאלט פאר מעדיקעל עקספענסעס אויב דער ניזק פארמאגט נישט קיין אינשורענס, אדער פייער און גניבה אינשורענס וואס דעקן נישט אלע היזקות אזוי ווי Comprehensive, נאר איז באגרעניצט צו ספעציפישע היזקות, וכדומה.
אין אמעריקע, אויב איינער האט לייעביליטי אינשורענס אויף די אייגענע קאר, וועט עס דעקן אפילו ווען מען רענט א קאר. און קאליזשען קען ווערן געדעקט דורך יעדע “קרעדיט קארטל” (אויב מען נוצט די קארטל צו דינגען די קאר). איך וויל באטאנען, אז דאס איז בלויז שייך מיט א קרעדיט קארטל, א דעביט קארטל איז דא וואס דעקן יא און עס דא וואס נישט, מיר קענען ארויסהעלפן אין דעם געביט אויך דורך אנווייזן וועלכע דעביט קארטלעך געבן קאווערידזש. עס איז אויך וויכטיג צו באמערקן, אז דאס אלעס איז נאר ביי א קרעדיט קארטל וואס איז געווארן ארויסגעגעבן אין אמעריקע (U.S. issued), א אויסלענדישע קארטל וועט נישט דעקן די אינשורענס אפילו ווען מען נוצט עס אין אמעריקע.
אין אייראפע, און אין רוב אנדערע חלקים פון די וועלט,איז די אינשורענס אינקלודעד אין די פרייז, ממילא קומט אויס אז די פרייז איז טייערער. דארט איז כמעט נישטא דא די מציאות אז אינשורענס זאל ווערן געדעקט דורך א קרעדיט קארטל אדער אנדערע אפציעס ווי עס איז דא אין אמעריקע (עס זענען יא דא יוצאים מן הכלל, אבער מיר רעדן אין אלגעמיין).
און דערפאר אפילו דיין קרעדט קארטל וועט באמת יא צאלן אין פאל פון א עקסידענט (די קרעדיט קארד פירמע צאלט אין אויסלאנד פונקט ווי אין אמעריקע), וועלן זיי דיר נאך אלץ רעכענען א טייערערע פרייז וואס אינקלוד אינשורענס (וואס איר דארפט נישט). די איינגעשטעלטע זענען פשוט איגנאראנט איבער די פאקטן, און עס וועט נישט העלפן קיין טענות.
ווידעראום, מיר קענען אייך אויסארבעטן א ביליגע פרייז צוליב דעם וואס אייער אינשורענס דעקט עס, אבער די באאמטע אויפן פלאץ וועלן זען אז די פרייז אינקלוד אלעס.
לעומת זה איז דא פעלער אין אויסלאנד וואס סלוינט זיך יא צו נעמן די פרייז מיט אינשורענס. ווייל דארטן מיינט דאס אויך נישט פול קאווערעדש נאר מ’צאלט א דעדאקטעבל וואס אויב עס געשעהנט עפעס, צאלן די אמעריקאנע קרעדיט קארד צוריק די דעדאקטעבל וואס איז פיל ווייניגער ווי די פול פרייז פון די שאדן. און סאיז גרינגער צו צוריק באקומען פון די קרעדיט קארד אינשורענס. מיר וועלן אלץ ראטן און אנווייזן גענוי וויאזוי צו האנדלן אין די ספעציפישע פאל אין וואס די קונה געפינט זיך.
א כלל, עס קען זיך מאכן קאמפליקאציעס און טשארזשעס ביי טריט און שריט, און געווענליכע טרעוול אגענטן וואס פארנעמען זיך נישט מיט דעם, פארמאגן נישט קיין עקספערטיז אין דעם פעלד. ווען איר גייט דורך אונז, קענט איר זיין זיכער בעזרת השם אז עס וועט אייך נישט אפווארטן קיין סורפרייזעס, איר וועט וויסן פון פאראויס ווי אזוי צו האנדלען, און וואס צו ערווארטן, און אלעס וועט זיין אויסגעארבעט אויף א אופן וואס וועט זיך די מערסטע לוינען פאר אייך.



י.ש.: לויט ווי איך זע פון אייער מארקעטינג, געבט איר זיך נישט אפ מיט קיין לאקאל קאר רענטל, נאר אויף ווייטערע נסיעות, איז עס ווירקליך אזוי? און פארוואס טאקע?
א.ט.: אמת, מיר זענען אויסגעשטעלט צו סערווירן מענטשן וואס פארן אוועק, סיי אין אמעריקע און סיי אין אויסלאנד. אבער נישט אויף לאקאל. מיר וועלן נישט אפזאגן קיינעם, אבער מיר זוכען עס נישט.
צו פארשטיין די סיבה, פעלט זיך אויס קודם א קורצע הסבר וויאזוי די לאקאלע קאר רענטל פלעצער ארבעטן, לעומת די קאר רענטעלס אין די לופט פעלדער. איר האלט אז דער עולם וועט זיין פאראינטערעסירט? אפשר איז א שאד מאריך צו זיין?
י.ש.: פאר מיר פערזענליך איז עס בהחלט אינטערעסאנט, און לויט ווי מיר קענען אונזערע ליינער זענען זיי אלץ גרייט צו הערן א דבר חידוש, ספעציעל ווען עס קומט פון איינעם מיט עקספיריענס און עקספערטיז און נישט סתם א צווייפלהאפטיגע מקור, אבער אזוי ווי פלאץ איז באגרעניצט, וועלן מיר שוין מוזן ממשיך זיין קומענדיגע וואך בעזהי”ת.

כ״א שבט תשע״ב at 3:27 pm#2
קאר לרענט אינטערוויא – 2

ביטע זייט ממשיך עס איז העכסט אינטערעסאנט

כ״א שבט תשע״ב at 5:02 pm#3
קאר לרענט אינטערוויא – 2

גם אני מצטרף לדעת יוחנן, עס איז זייער אינטערעסאנטע אינפארמאציע,
וויפיל מען האט שאדט נישט. אונז ווארט מיר אויף די קומענדיגע ארטיקל

כ״ג שבט תשע״ב at 5:34 pm#4
קאר לרענט אינטערוויא – 2

whats the phone number for car lrent ?

כ״ג שבט תשע״ב at 6:49 pm#5
קאר לרענט אינטערוויא – 2

ס’שטייט אין די אימעיל ווערסיע
914-533-3311