יעדער ווייסט אז גוגל און פעיסבוק זענען די גרעסטע אין זייערע פעלדער היינט צו טאגס. אבער אויסער דעם וואס זיי זענען אויפן שפיץ, האבן זיי נאך א שטריך וואס פאראייניגט זיי: קיינע פון זיי איז נישט געווען דער ערשטער אין זיין פעלד. פאר גוגל, איז געווען יאהו (וואס זיי פלעגן זיין דער נומער איינס זוך וועבזייט). און נאך פאר יאהו, איז געווען ארקיקווערי, וואס זיי זענען באמת געווען די ערשטע אין דעם פעלד. אזוי אויך, איז פעיסבוק נישט געווען דער ערשטער צו אריינברענגען דעם געדאנק פון סאציאלע נעצן. זיי האבן אראפגענומען דעם קרוין פון מיי-ספעיס, און נאך לאנג פאר דעם האט פרענדסטער געהאט מיליאנען אקטיווע מיטגלידער וואס האבן געהאט קשר איינער מיטן אנדערן.
איז וואס האט פאסירט? לערי פעידש און סערגעי ברין האבן אויסגעשטעלט גוגל ווייל זיי האבן געשפירט אז די זוך ענדשינס וואס האבן עקזיסטירט פאר זיי האבן נישט ארויסגעברענגט די רעזולטאטן וואס זיי האבן געזוכט. ווען זיי זענען געווען איניינעם אין שולע, זענען זיי אויפגעקומען מיט א געדאנק וואס האט געהאלפן פראדוצירן בעסערע רעזולטאטן. זייער בייפאל איז עווענטואל אויפגעכאפט געווארן און געווארן די מערסט פאפולארע זוך ענדשין. היינט צו טאגס, ניצן שוין מענטשן דעם טערמין “גוגל” אלס א ווארט וואס מיינט, “זוך עס אויפן אינטערנעט.”
מארק זאקערבערג האט מחליט געווען צו אנהייבן פעיסבוק בלויז פאר די הארווערד סטודענטן. עס האט זיך אזוי גוט אויסגעארבעט אז היינט איז דאס די עיקר סאציאלע נעטווארק.
פילע מענטשן מיינען אז אין די וועלט פון ביזנעס מוז מען זיין די ערשטע צו מצליח זיין. אבער, דאס איז נישט אלעמאל אזוי. אויסער די צוויי ריזן, זענען פארהאן פיל מער ביישפילן פון פירמעס וואס זענען טאקע נישט געווען די ערשטע אבער דאך האבן זיי איבערגענומען דעם פעלד.
זיי זענען געווארן נומער איינס ווייל זיי האבן געקענט פארבעסערן בייפאלן וואס זענען שוין געווען. זיי האבן צוגעשטעלט דאס וואס די עקזיסטירנדע פירמעס האבן נישט.
ווען מען טוהט נישט בלינדערהייט נאך אנדערע, נאר מען טראכט טיפער, איז דער ערשטער נישט דער בעסטער.
דער ערשטער איז נישט אלס דער בעסטער
1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: תרומה תשע"ב · בעל-בית נומער: 60 · דאטום: 2012-02
http://www.balboos.com/content/2012/02/דער-ערשטער-איז-נישט-אלס-דער-בעסטער/ קאפיע אין ארכיוו
http://www.balboos.com/content/2012/02/דער-ערשטער-איז-נישט-אלס-דער-בעסטער/ קאפיע אין ארכיוו