וואס איז אינטערנעט טרעפיק?

3 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: אנליין מסחר · דורך: נ. ארנשטיין · וואך: תרומה תשע"ב · בעל-בית נומער: 60 · דאטום: 2012-02
http://www.balboos.com/content/2012/02/וואס-איז-אינטערנעט-טרעפיק/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
וואס איז אינטערנעט טרעפיק?

אינטערנעט טרעפיק איז איינע פון די וויכטיגסטע באשטאנדטיילן פון אינטערנעט מארקעטינג. אויב האט איר טרעפיק צו אייער סייט, וועט איר בעז”ה פארדינען געלט.
אבער אנדערש ווי די טרעפיק אויפ’ן היי-וועי וואס איז א שלעכטע זאך, איז טרעפיק אויפ’ן אינטערנעט פונקט דאס פארקערטע. ווי מער טרעפיק, אלץ בעסער. טרעפיק אינעם פעלד פון אינטערנעט מארקעטינג מיינט אז איר באקומט א כסדר’דיגע צופלוס פון באזוכער צו אייער וועבסייט אדער א סייט צו וועמען איר שיקט די באזוכער פון אייער בלאג וכדומה.
א גרויסע חלק פון די צייט וואס אן אינטערנעט מארקעטער פארברענגט, איז צו ברענגען א פלוס פון טרעפיק צו זיין וועבסייט. אויב די טרעפיק שטעלט זיך אפ, שטעלט זיך אויך אפ זיין הכנסה. עס זענען דא פארשידענע וועגן וויאזוי צו ברענגען טרעפיק צו א וועבסייט, וואס מיר וועלן ארומרעדן דערפון אין די קומענדיגע לעקציעס. אבער ווי איר פארשטייט שוין פון אונזערע פריערדיגע לעקציעס, איז דא צוויי וועגן וואס זענען די מערסטע פאפולער: שרייבן ארטיקלען אויף בלאגס וכדומה, און צאלן געלט פאר אדווערטייזמענטס.
דער פעלד פון אינטערנעט מארקעטינג טוישט זיך כסדר, און ממילא קומען כסדר צו נייע וועגן וויאזוי צו ברענגען טרעפיק, און אויטאמאטיש ברענגען מער סעילס און מער רווחים.
אבער אפגעזען פון דעם אז די דעטאלן טוישן זיך, וועלן אבער די הויפט פרינציפן שטענדיג בלייבן די זעלבע, און דאס באשטייט פון די פאלגנדע דריי וועגן:
1) ארטיקלען: איר קענט אליין שרייבן אן ארטיקל אדער באשטעלן אן ארטיקל ביי א שרייבער, איבער די טעמע בשייכות מיט’ן פראדוקט אדער סערוויס וואס איר פארקויפט, און אינגאנצן ביים סוף אריינלייגן א לינק צום פלאץ וואו מ’קען דאס קויפן. די מעלה פון דעם מהלך איז, אז נאכדעם וואס איר האט אפגעשריבן א שיינע פאר ארטיקלען וועט די טרעפיק פליסן אן אויפהער. דער חסרון פון דעם מהלך איז אז דאס איז נישט געמאכט פאר יעדן איינעם, ובפרט פאר די וואס ווילן זעהן שנעלע רעזולטאטן אדער מענטשן וואס קענען נישט שרייבן.
2) באצאלטע אדווערטייזינג: ווי דערמאנט פריער, קען מען דאס טון דורך “פעי פער קליק” אדער דורך “אנליין קלאסיפיידס”. דורך פעי-פער-קליק קענט איר באקומען גאנץ שנעלע רעזולטאטן, אויב ווייסט איר וואס איר טוט און וויאזוי דאס צו טון. צום באדויערן זענען דא אסאך מענטשן וואס פארלירן געלט דורך דעם וועג, וויבאלד זיי ווייסן נישט וויאזוי זיך צו באנוצן דערמיט. אויך איז דא א מעגליכקייט אז איר זאלט כאפן א ‘פליק’, אויב דער סוירטש ענדזשין – גוגעל – וועט אראפנעמען אייער אדווערטייזמענט ווייל זיי האבן באשלאסן אז דאס קומט נישט נאך זייערע פארשריפטן.
3) סוירטש ענדזשין אפטימיזעישאן (SEO): די באדייט פון “סוירטש ענדזשין אפטימיזעישאן” איז, ארויפצוברענגען די ווערד פון אייער וועבסייט אדער בלאג, אז ס’זאל ארויפקומען צווישן די העכסטע אויפ’ן ליסטע ווען א מענטש זוכט א געוויסע ווארט וואס ערשיינט אויף אייער סייט און איז פארבינדן מיט’ן פראדוקט אדער סערוויס וואס איר פארקויפט. אויב קענט איר באווייזן אז אייער וועבסייט זאל ארויפקומען צווישן די ערשטע ווען א מענטש זוכט אויף גוגעל “וויאזוי צו פארלירן וואג”, און איר האט א גוטע פראדוקט דערפאר, קענט איר זיין זיכער בעז”ה אז איר וועט מאכן געלט דערפון.
די דריי דערמאנטע וועגן פון ברענגען טרעפיק וועלן זיין רעלעוואנט אזוי לאנג ווי סוירטש-ענדזשינס וועלן זיין אויפ’ן אינטערנעט, אבער ס’איז גוט צו האלטן די אויגן אפן פאר פרישע מהלכים אין דעם ליין.
אינעם קומענדיגן לעקציע וועלן מיר רעדן ברייטער איבער טרעפיק און וואס איר דארפט געדענקען ווען איר הייבט אן צו טון אין אנליין מארקעטינג.

כ״ז שבט תשע״ב at 10:12 am#2
וואס איז אינטערנעט טרעפיק?

איך פארשטיי נישט די צווייטע וועג. וואס הייסט באצאלט? ווער צאלט פאר וועם?

כ״ז שבט תשע״ב at 4:14 pm#3
וואס איז אינטערנעט טרעפיק?

you (the advertiser) is paying for Google and other networks to advertise your site
this includes banners on big sites as well (in our market, its on vinnews or yeshiva world etc)
in the next few articles we will go over web traffic in greater details