לעזן א קריגעריי מיט א גויאישע קאלעגע
לכבוד המערכת
…איך בין שוין אין ביזנעס איבער צוואנציג יאר, אויף א שיינע פאזיציע פאר די לעצטע פופצען, איך האב ב”ה ערווארבן אסאך צוטרוי פון מיינע קליענטן און קאלעגעס דורךכאויס די יארן.
איך דיל כסדר מיט א גוי וואס פרעגט מיר כסדר שאלות איבער חסידים, געווענליך בין איך מדחה בקש, וואס פעלט אויס סתם צו רעדן דערפון, ער האט אבער עפעס א שטארקע אינטערעסע אין די נושא…
אלענספאלס, ער האט געליינט לעצטענס א בוך וואס איז ארויסגעקומען אקעגן חסידים און ער זאגט מיר נאך זאכן, האב איך מחליט געווען איינמאל פאר אלעמעאל צו עפענען א מויל, איך האב אים מסביר געווען אז רוב זאכן וואס ער זאגט נאך פון די בוך זענען שקר וכזב, אדער בייזוויליג פארדרייט. איך האב איך געזאגט אז איך האב נישט קיין שום סיבה צו לייקענען זאכן וואס זענען אמת, מיר שעמען זיך נישט מיט אונזער רעליגיע, מיר זענען אנדערש און עקסטרעם מיטן אפהיטן אונזערע קינדער, ווייל קליינע קינדער ברויך מען אפצוהיטן ביז זיי ווערן גענוג פארשטענדליך, אבער די אנדערע זאכן זענען שקר.
הייבט ער אן צו זאגן אז איך בין “בייעסד” דא האט עס מיר שוין פארדראסן, ווייל איך ווייס דאך מיין רעפוטאציע פון אזויפיל יארן… זאג איך אים, וואס הייסט איך בין בייעסד? איז דען די מחבר נישט בייעסד? דו קענסט דאך מיר, דו ווייסט אז איך בין א טראסטבארע מענטש, מיר ברויכן דאך זיין גוטע פריינט, דו קענסט דאך מיר שוין יארן? ווי וואגסטו מיר צו זאגן אז איך בין נישט גערעכט?. וואס נעמסטו ענדערש איר זייט ווי מיין? מיר קענסטו און איר נישט! וואס איז פשט פון דעם? איך זאג דיר דאך אלץ גוטע פריינט
זאגט ער, דו האסט סטאטיסטיקס אויפצוווייזן וואס דו זאגסט? זאג איך אים איך ברויך עפעס סטאטיסטיקס? זי האט אויך נישט, סל הכל איז עס מיין ווארט אקעגן יענעמס…
זאגט ער, טאקע אזוי…
… דא האב איך מיר שוין נישט געקענט איינהאלטן, איך האב געזאגט “איך האב נישט מיט דיר וואס צו רעדן מער קענסט גיין צו איר טון ביזנעס”.
איך האב שוין נישט גערעדט מיט אים זייט דעמאלס, אבער איך ברויך מיט אים ווייטער צו האנדלען, די פראגע איז וויאזוי קריך אראפ פונעם בוים?
צווייטענס, וואלט איל געוואלט הער פון די ליינער א געדאנק וויאזוי מען האנדעלט א אזא פאל, ווי אזוי קען איך קלארשטעלן מיין מיינונג אן אריינגיין אין ענדלאזע טענהרייען?
המצפה לתשובה
(-)
ענטפער דורך ר’ יואל קליין:
שתי תשובות בדבר, איינס, ביזנעס איז נישט קיין רילעשאנשיפ וואס מען קען נאר טיען ביזנעס מיט איינעם וואס מען וואלט זיך משדך געווען. אדרבה, עס איז כדי צו טיען ביזנעס מיט סיי וועם אויב מען קען פארדינען פון האבן משא ומתן מיט אים. עס איז פארשטענדליך אז עס איז אמאל זייער שווער צו דולדן אנדערע מיינונגען, איבערהויפט ווען זיי זענען פאלשע און אנגערעדטע נארישקייטן. אבער אויף דעם ווייסן מיר דאך אז מען קען נישט איבערטוישן א מענטש. מיר דארפן פראבירען צו טרעפן א וועג וויאזוי איבערצוקומען דעם שוועריקייט און ווייטער טיען מסחר איינער מיטן אנדערען.
און דאס צווייטע איז, אז מען איז שוין יא אריינגעפאלען אין אזא מצב און מען האט זיך צו ווערטלט, איז נישט קיין שום פעלער זיך צו אנטשולדיגען פארן עס נעמען צו פערזענדליך. מען דארף געדענקן אז א מיינונג אויף א געוויסע נושא פרעגט נאך נישט אפ דעם מענטש אינגאנצען. און מען מעג עס זאגן קלאר פארן אנדערן מאן “יא מיר האלטן שטארק אנדערש בנוגע דעם פרט און ווען די ווייסט די מציאות וואלסט געהאלטן ווי מיר, אבער מיר בלייבן גיטע ידידים אפי’ אזוי”.
אויב איר דארפט מער פערזענדליכע הילף בנוגע דעם ענין קענט איר מיר רופן אין אפיס
718-855-5850.
הצלחה רבה,
יואל קליין PBC
לעזן א קריגעריי מיט א גויאישע קאלעגע
1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
סעריע: דעת בעל הבית · דורך: ליינער · וואך: תרומה תשע"ב · בעל-בית נומער: 60 · דאטום: 2012-02
http://www.balboos.com/content/2012/02/דעת-בעל-בית-42/ קאפיע אין ארכיוו
http://www.balboos.com/content/2012/02/דעת-בעל-בית-42/ קאפיע אין ארכיוו