עס איז נישט קיין סוד אז אין די לעצטע וואך האט זיך שטארק גערודערט איבער א נייע ביכל וואס איז ארויסגעקומען, אין וועלכע חסידים ווערן שטארק קריטיקירט.
אין אלגעמיין איז אין אונזערע קרייזן אנגענומען א פאליסי פון איגנארירן אזעלכע סארט געשעענישן, און עס איז מן הסתם די ריכטיגע מהלך, עס איז צו א סענטיסיווע אישו. אבער צווישן אונז, ליינער פון די בעל בית, וואס זענען עוסק בפרנסה און גייען ארויס פון די אייגענע דלת אמות, איז שוין גאר א צווייטע פרשה, איגנארירן איז קיין אפציע, די גאנצע זאך איז צו עכט, מיר באגעגענען זיך דערמיט, מיר הערן דערוועגן, און אפטמאל ווערט מען אפילו קאנפראטירט דורך גויים אדער פרעמדע אידן, עס פאטשט אין פנים, עס איז גארנישט שייך צו דאכטן אז עס איז בלויז א בייזע חלום.
מיר האבן טאקע באקומען א בריוו מיט א אנפראגע איבער א ספעציפישע פאל, וואס ווערט געענפערט דורך ר’ יואל קליין אין די דעת בעל בית קאלום די וואך.
אין אלגעמיין, ווען מען ווערט קאנפראטירט, קען מען זייער גרינג ענטפערן, אז די בוך איז על פי רוב שטארק איבערגעטריבן און נישט אמת, מען קען אנווייזן אז עס זענען דא בלאגס און נייעס באריכטן אין די פרעסע איבער פארשידענע חלקים פון איר בוך וואס זענען געווארן אויפגעוויזן צו זיין ליגענט. און די אנדערע חלקים קען מען אליין מעיד זיין אז “איך קום פון די קאמיוניטי און איך זאג דיר אז עס איבערגעטריבן”.
מען דארף זיין גערישט אז נישט יעדער וועט גלייבן און אויפנעמען אייער צד, אויף דעם איז ראטזאם צו ליינען די גאסט עדיטאריעל “חרפת נבל”, ווי דער שרייבער ברענגט ארויס אז מען ברויך נישט ווערן צובראכן אדער כאפן התפעלות דערפון. מען טוט וואס מען האט צו טון, דער עיקר איז, זיך צו האלטן ציוויל און רואיג און נישט נעמען פערזענליך. מען דארף געדענקן אז אין אמעריקע איז יעדער בארעכטיגט צו די אייגענע מיינונג, מיר זענען גענוג זיכער מיט אונזער, אזוי אז מיר ברויכן נישט קיין הסכמה פון א צווייטן.
מיר ווילן אבער אנרירן א צווייטע נקודה, נעמליך, די בוך לייגט פיל געוויכט ארויסצוברענגען ווי שטארק צוריקגעבליבן די חסידים זענען אין וועלטליכע וויסנשאפט, אזוי אז זיי קענען נישט צוקומען צו א געהעריגע פאסטן אדער פרנסה.
די בעל בית ווייסט פאר א פאקט אז די שרייבערין האט געהאט צוויי זייער ערפאלגרייכע פאסטענס אין וויליאמסבורג, ביי ביידע האט זי גענוצט איר קענטשאפט אין ענגליש און אנדערע ידיעות. אין אנדערע ווערטער, זי האט ערווארבן אין וויליאמסבורג גענוג און נאך קענטעניסן און ידיעות, צו זיין א ערפאלגרייכע פערזאן. מערקווירדיג ביז גאר איז די פאקט, אז אין די בוך ווערט נישט דערמאנט קיין איין ווארט וועגן די צוויי ארבעטס פלעצער…
עס מוז ווערן אינטערגעשטראכן, פיל מענטשן וועלכע געבן אוועק יארן אויף הויכע בילדונג, וועלן לבסוף ארבעטן ווי פשוטע סעקרעטארן אדער קלערקס אין א געשעפט, עס איז א קלארע סטאטיסטיק.
פון די אנדערע זייט זענען דא חסידישע אידן וואס וועלן זיך לערנען א פאך ווען עס קומט אונטער די געברויך דערפאר, און זענען מצליח אויף דעם אופן. נאר ביי אונז פארנעמט נישט קיין סעקולערע בילדונג קיין פלאץ ווילאנג עס איז שלא לצורך.
ווידעראום, זענען דא גענוג היימישע אידן וואס האבן א מינימאלע בילדונג און זענען מצליח עד להפליא, ברכת ה’ היא תעשיר!
ווארט פון רעדאקציע
7 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
http://www.balboos.com/content/2012/02/ווארט-פון-רעדאקציע-14/ קאפיע אין ארכיוו
יישר כח פאר’ן ארויסברענגען די לעצטע פאר שורות. דאס איז וואס איך טענה אלץ פאר די אויפגעקלערטע צווישן אונז אז אונז זעמיר נישט גענוג עדיוקעיטעד. תחזקנה ידיכם.
רוב אידישע בעלי בתים האבן בכלל נישט געקענט זייער פאך ווען זיי האבן אנגעפאנגען זייער הצלחה
איך האלט נישט אז עס האט פשט ארויסצוהייבן די פאקט אז עס איז דא מענטשן וואס זענען אנגעקומען אן גארנישט קענען.
די מענטשן זענען א מיעוטא דמיעוטא, און נישט קיין וועג וואס מען דארף נאכטון.
מען זעט אין די גמרא אז “חייב” ללמדו אומנות, א חידוש ווי מענשטן וואס זענען מקפיד אויף אלע שיטות ביי א אתרוג, און וועלן נישט נעמען אפילו די פינטל איז נישט נראה לעינים, א זאך וואס האט נישט קיין שום מקור, האבן אבער א זייער איזי טיים עובר צו זיין אויף דעם.
די גמרא וויל נישט אז מען זאל זיך פארלאזן אויך א נס, פינטל.
מען איז “מחויב” צו לערנען א פאך, ווייל אויב נישט וועט מען אויסוואקסן א רויבער, אזוי זאגט די גמרא וד”ל.
צו שיינפעלד!
ווען דאס וואלט טאקע געווען פשוט פשט אזויווי די זאגסט, וואלטן שוין די גדולי ישראל זי”ע ולבחל”ח שליט”א געהייסן לערנען די זאכן.
און וויבאלד זיי הייסן נישט, זעהט אויס אז די ביסט נישט גערעכט.
עההם, הרב דוד
ווער איז קאמפעטענט היינטיגע צייטן צו נעמען א פשוטע גמרא און זאגן אז מען מוז אריינלערנען עפעס העכערס?
מען קען אויסרייסן די גאנצע תורה אזוי…
כלל ישרא איז נישט היינט געבוירן
און די מנהיגי ישראל אויך נישט
ווען עס וואלט טאקע געווען אזא חיוב צו לערנען א אומנות, אזוי ווי דו שרייבסט, דאן ווי זענען געווען די גדולי ישראל אלע דורות? פארוואס האט מען נישט געהערט אז מזאל דאס לערנען אין די ישיבות? פארוואס האט קיינער פון אלע גדולי ישראל העומדים בפרץ גארנישט געזאגט, אויף די “געפערליכע פרצה” אז מאיז נישט מקיים די בפי’ גמרא?