אשר חרפו אויביך ה’, קלאגט דער משורר, אשר חרפו עקבות משיחך, דער פסוק וויינט אויף די ביטערע חירופון וגידופין וואס וועט זיין די מנת חלקם פון די עובדי השם אין די סוף יומיא, ימי עקבתא דמשיחא.
כלל ישראל מאכט מיט ווייטאגליכע טעג, עס איז ארויסגעקומען א העסליכע ביכל וואס פארשעמט און דערנידערט חסידישע אידן, די טרויעריגע נבואה פון חז”ל וועלכע האבן אזוי וואונדערליך פאראויס געזען די עיקבתא דמשיחא טעג קלינגט אין די אויערן ווי א ג-טליכע נבואה. אויפן פסוק פון די תוכחה און פרשת בחקותי “ורדו בכם שונאיכם“ זאגן חז”ל “שאיני מעמיד שונאים אלא מכם ובכם, שבשעה שאומות העולם עובדי אלילים עומדים על ישראל, אינם מבקשים אלא מה שבגלוי … אבל בשעה שאעמיד עליכם — מכם בכם — הם מחפשים את המטמוניות שלכם”. די הייליגע ווערטער, אזוי פשוט, אזוי לכאורה’דיג איינפאך, דאך ליגט דערין אזא קלארע בילד פונעם מצב, אז מען קען פשוט טאפן מיט די הענט אז אט גענוי דאס האבן די הייליגע חכמים געזען מיט זייער לויטערע גייסטיגע בליק, און אט דאס איז איז אונזער טרייסט אין די ברוטאלע טעג, וויסענדיג אז אונזערע הייליגע אמוראים האבן שוין פאר איבער פופצען הונדערט יאר צוריק זיצנדיג אין א בית מדרשל אין די אור אלטע מעסאפאטאמיע, פאראויס געזאגט אט די אלע פאסירונגען, זייערע ווערטער גלעטן אזוי מאמעדיג די ציפעדיגע וואונדען, מיר זענען נישט אליין, מיר זענען נישט עלענד און פארגעסן אין די גרויסע אמעריקע, אלעס איז פון פאראויס באשטימט געווארן, עס דארף אזוי צו זיין, און כלל ישראל וועט דאס אויך אריבערגיין.
דער הייליגער ר’ עקיבא האט אונז שוין פון פאראויס געלערענט ווי אזוי מען גייט דורך ערפאלגרייך דעם ברויזענדן ים, על כל גל וגל נענעתי לו בראשי, עס ווילט זיך ענטפערן, פארוואס זאלן מיר פארשווייגן א עולה? ר’ עקיבא לערנט אונז אבער אז ניין, ווען מען איז א ברויזענדן ים האט מען נישט קיין גרויסע ברירה, מען מוז בייגן דעם קאפ. אזוי לאנג ווי מיר זענען אין גלות, כספינה המטורפת בלב ים, קען מען נישט פארשרייען יעדע עוולה, מען קען נישט איבערקערן די וועלט פאר א עולם האמת, עס איז א שאד די ענערגיע און די צייט, נאר ג-ט ב”ה אליין וועט שוין פארווירקליכען די נבואה פון ומלאה הארץ דעה.
מיר זענען טאקע שאקירט אבער נישט דיס-אריענטירט, ערשיטערט אבער נישט דערציטערט, עס טוט טאקע וויי ביז די טיפענישן פון די נשמה, אבער קיין משהו מער פון דעם, מען כאפט טאקע א קלאפ אבער מען גייט ווייטער אויפן אויסגעטרעטענעם וועג, אן קיין התפעלות, ווי קיינמאל גארנישט. מיר זענען זיכער מיט אונזער וועג, מיט אונזער צוריקגעבליבנקייט, מיט אונזער פאנאטישקייט, מיר קוקען צוריק גראד אריין אין זייערע אויסגעפאשעטע טעמפע אויגן מיט א קלארע און זיכערע בליק, מיר לאכן פון ענק, את וכלבך שווין האבן חנניה מישאל ועזריה געזאגט פאר נבוכדנצר. אונזער גייסט איז אומבאזיגבאר, מיר זענען פאר קיינעם נישט שולדיג קיין ענטפער, ווען מיר זענען איבערגעצייגט אין אונזער גערעכטיגקייט, ברויכן מיר נישט ענקערע הסכמות, ענקערע פיינטליכע אדער גאר באדויערענדע בליקן בארירן אונז נישט כמלא נימא. וואס וועלן ענק טון? אונז שיקן אויף אוישוויץ? מען האט עס שוין פרובירט בעפאר…
עס יערט זיך ביי מאנכע א געפיל אין הארץ, לאמיר צוריקענטפערן, לאמיר זיך נישט לאזן, לאמיר דאך פרובירן, וואס קען עס שוין שאדן? איך וועל בלויז אראפברענגן א מדרש מיט די פירוש פון עץ יוסף .
ר’ יהודה בן נקוסא היו המינין מתעסקין עמו, היו שואלים אותו ומשיב, אמר לון, על מגן אתון מגיבין, אתון נעביד בינינן, דכל בר נש דנצח חבריה, יהא פצע מוחיה דחבריהבקורנס, והוא נצח לון ופצע מוחיהון עד דאיתמלאון פיצעין פיצעין.
וכיון דאתא, אמרין ליה תלמידוי, רבי, סיעוך מן השמים ונצחת, אמר לון, ועל מגן, לכו והתפללו על אותו האיש ועל אותה החמת, שהיתה מלאה אבנים טובות ומרגליות, אבל עכשיו מלאה פחמין”
על פי פירוש עץ יוסף
רי יהודא היה מתווכח עם המינין, אמר להם ר”י, על חנם אתם משיבים, בואו ונעשה הסכם בינינו, שכל מי שנוצח את חבירו בטענות , יהא פוצע את מוחו של חבירו בקורנס, וכן עשו, והוא היה מנצח אותם, והיה פוצע מוח שלהם עד שנתמלא פצעים פצעים.
וכיון שבא, קילסו תלמידיו אותו שנעשה לו נס שניצח אותם, והוא השיב אותם, בחינם אתם מקלסין אותי, שהפסדתי תורתי דברי תורה, ועסקתי עמהם, לכן התפללו עלי, שפח מלאה אבנים טובות ומרגליות היה לי, ועכשיו נעשתה מלאה פחמין
רי יהודא האט געביטערט, איך האב זיי טאקע מנצח געווען, אבער וואס איז עס מיר ווערט, די מח איז מיר פיל מיט קוילן אנשטאט די אבנים טובות ומרגליות וואס זענען דארט געווען בעפאר. אפנים אז ווען מען טענהט מיט אזעלכע עלעמענטן, קען מען קיין געווינער נישט ארויסגיין
די לימוד איז שטארק און אומצוויידייטיג, טענה’ן מיט די עלעמענטן, איז נישט קיין עסק, אפילו נניח אז מען געווינט יא. כש”כ היינטיגע צייטן, אין די פארדרייטע ליבעראלע וועלט וואס מיר לעבן, גייט מען אין קאמף מיט די הענט פארבינדן, מען קען סייווי נישט זאגן וואס מען האט צו זאגן, ווייל זיי זענען נישט מסוגל צו פארשטיין דעם פולן אמת אן קיין אויפריכטיגע אינטערעסע צו דערגיין דעם אמת. אבער דאס איז מען גאראנטירט אז די מח וועט ווערן פיל מיט אפפאל, היינו דאמרי אינשי, א בעזים וואס קערט שמוץ ווערט שמוציג.
די פופצען מינוט פון פובליסיטי וועט דורכגיין שנעלער ווי מען מיינט, און אלעס וועט זיין צוריק בייים אלטן, אויב מען וועט אבער לכבוד דעם זיך אריינלייגן דערין און איבערקייען, וועט עס זיין א בחנה פון האוייב תמו, חרבות לנצח. חוץ מזה דארף מען אינאכט נעמען כבוד המשפחה אויך, שליסליך ווארטן מיר אויף די צוריקקער פון אלע בלאנזשענדע נשמות, ווי ווייט פארקראכן זיי זאלן נאר נישט זיין.
אז מיר זעען די ציפעדיגע תוחכות ווערן אזוי ווערטערליך מקויים, אט דאס אליין איז שוין א שטיק נחמה. ווי דער גרויסער תנא ר’ עקיבא האט געטרייסט די חכמים ווען זיי האבן אויסגעבראכן אין א היסטערישע געוויין, זעענדיג די שווארצע נבואות ווערן פארוויקליכט פאר זייערע אויגן, האט ר’ עקיבא געלאכט און געזאגט “באוריה כתיב ‘לכן בגללכם ציון שדה תחרש’, בזכריה כתיב ‘עוד ישבו זקנים וזקנות ברחובות ירושלם’… עכשיו, שנתקיימה נבואתו של אוריה, בידוע שנבואתו של זכריה מתקיימת”.
און אט מיט דעם לשון האבן די חכמים געזאגט “עקיבא ניחמתנו, עקיבא ניחמתנו”.
אז מיר זעען ווי די ווערטער “ורדו בכם שונאיכם” אין די ערשטע חלק פון די תוכחה איז שוין מקוים געווארן, שטארקט דאס אונזער האפענונג און בענקשאפט אז די סוף פון די תוכחה זאל שוין אויך אינגיכן מקויים ווערן, ואף-גם-זאת בהיותם בארץ אויביהם, לא-מאסתים ולא-געלתים לכלותם, להפר בריתי איתם, בב”א.
חרפת נבל
7 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
סעריע: על דא ועל הא · דורך: ליינער · וואך: תרומה תש"ע · בעל-בית נומער: 60 · דאטום: 2012-02
http://www.balboos.com/content/2012/02/חרפת-נבל/ קאפיע אין ארכיוו
http://www.balboos.com/content/2012/02/חרפת-נבל/ קאפיע אין ארכיוו