המשך פון פריער
יוחנן שיף: פארגאנגענע וואך זענען מיר געבליבן נייגעריג פארוואס איר צילט נישט צו די לאקאלע מארקעט.
ר’ אהרן טייכמאן: ריכטיג, די זאך איז אזוי, די מענעזשמענט ביי לאקאלע ברענטשעס פון די נאציאנאלע קאר רענטעלס זענען נישט איינגעשטעלט ביי די פירמע, זיי געבן פשוט די פארקינג ספעיס פאר די רענטעל פירמעס דארטן צו האלטן זייערע קארס, און זיי געבן זיך אפ מיט די ווירטשאפט. בשכר זה באקומען זיי א געוויסע פראצענט אויף די טראנזאקציעס וואס גייען דורך זייער ברענטש. ממילא זענען זיי פאראינטערעסירט אז מען זאל צאלן ווי מער און דערפאר קענען זיי אפט מאכן פראבלעמען ווען מען קומט אן מיט דיסקאונטס אדער פון פאראויס באשטעלטע ביליגע ראטעס, מיר האבן עס אליין געהאט אן א שיעור. אפט מאל לייגן זיי צו געז טשארזשעס און קלינינג טשארזשעס, וואס די מוטער פירמע רעכנט בכלל נישט.
לעומת זה, די ברענטשעס וואס געפינען זיך אין די לופט פעלדער גופא אדער דערנעבן, ווערן געפירט דורך געווענליכע ארבייטער וואס זענען איינגעשטעלט ביי די פירמע, זיי באקומען באצאלט א געהאלט וואס איז אינגאנצן נישט געוואנדן צו זיי פארדינגען איין קאר אדער טויזענט. זיי האבן נישט קיין שום אינטערעסע זיך צו דינגען אויף א באשטעטיגטע פרייז. בכלל זענען זיי פיל בעסער טרענירט און לייגן א ספעציעלע דגוש אויף קאסטומער סערוויס. מיט זיי האבן מיר ממש קיינמאל נישט קיין פראבלעמען, און אפילו ווען יא, קענען מיר זיך מיט זיי פארבינדן און מיר גלייכן עס אויס בעזהי”ת.
י.ש.: איך פארשטיי נישט, זענען די לאקאלע אגענטן נישט מחויב אנצונעמען די פרייזן און תנאים צו וואס די מוטער פירמע האט איינגעשטימט?
א.ט.: אוודאי יא, אבער פראבלעמען קענען זיי מאכן, ווען עס פאסירט קענען מיר זיי אנרופן און זיך אויס’טענה’ן מיט זיי, אפטמאל געלונגט עס, אבער קאסטומערס ווערן פרוסטערירט פון די עקספיריענס, מענטשן דארפן נישט קיין סורפרייזעס און קיין טענה’רייען, ספעציעל ווען מען פארט ארויס אויף א וועג, איז צייט זייער אויסגערעכענט, און אפילו מען פירט אויס צום סוף, איז די צייט וואס מען האט אנגעברענגט און איבעריגע עגמת נפש נישט ווערט די געלט וואס מען שפארט. און דערפאר, וויבאלד מיר ווילן צושטעלן בלויז א איינגענעמע און אויסגעצייכענטע עקספיריענס, זוכן מיר נישט די לאקאלע מארקעט.
י.ש.: האבן טאקע נישט די גרויסע פירמעס קיין ברענטשעס אין די שטאט ווי זיי פארוואלטען אליין אויף די ווירטשאפט נאר אין לופט פעלדער?
א.ט.: יא, בדרך כלל איז עס אזוי, עס איז דא ממש געציילטע אויסנאם פעלער, דארט ווי די פירמע פארוואלטעט אויף די ברענטש, האט עס טאקע אלע מעלות וואס די ברענטשעס אין די לופט פעלדער האבן.
י.ש.: וואס טוט זיך בנוגע האטעלן? איר ספעציאליזירט זיך אויך אין דעם געביט? אדער שטעלט איר עס בלויז צו אלץ א סערוויס?
א.ט.: ביי דעם קומט אויך זייער צוניץ אונזער עקספערטיז, און עס קען זיין א חילוק פון הימל ביז ערד ווען מען נוצט אן עקספערט דערויף. לדוגמה עס איז דא פיר ערליי האטעלן, רוב מענטשן האבן נישט קיין השגה דערוועגן און זיי פארשטייען נישט פארוואס זיי קומען אלץ אן צו א פלאץ וואס איז אדער צו טייער אדער נישט לויט זייער געברויך.
י.ש.: ליידער בין אויך אומוויסענד אין די ענינים, וואס זענען די פיר ערליי האטעלן?
א.ט.: עס איז טאקע נישט עמטליך קלאסיציפירט אזוי, דעמאלס וואלט דאך יעדער געוויסט, אבער די פאקט איז אז יעדע האטעל פאלט אריין אין איינע פון די פיר קאטאגאריעס
1) וואקאציע
2) ביזנעס
3) א פלאץ צו שלאפן פאר עוברים ושבים עס רופט זיך געווענליך א מאטעל אדער א Inn
4)פאמיליע צוזאמקומען, חתונות וכדומה
געווענליכע האטעלס פאלן אריין אין איינס פון די ערשטע צוויי קאטאגאריעס. האטעלס געאייגענט פאר ביזנעס לייט זענען געווענליך אדער נעבן די עירפארט, אדער אינמיטן שטאט, אז מען זאל נאנט צו ביזנעסער, עפענטליכע צוזאמקום פלעצער ווי עס קומען געווענליך פאר ביזנעס שאוס וכדומה. די סארט האטעלן וועלן נישט פארמאגן קיין מייקראוועיו, פרידזשידער וכדומה, ווייל מענטשן וויילן נישט דארט לאנג. עס וועט יא האבן אינטערנעט קאנעקשאן, קאמפיוטער צימערן, קאנפרענץ צימערן וכדומה. פארשטייט זיך אלעס איז בדרך כלל, און מען דארף זיכער מאכן פאראויס איידער מען רעכענט זיך דערויף.
וואקאציע סארט האטעלן זענען געווענליך פלאצירט ביים ברעג ים אדער נאנט צו לוסט פלעצער. עס וועט געווענליך זיין מער צוגעשטעלט צו וויילן פאר א לענגערע צייט, באקוועמערע בעטן, א קליין קעכל און אנדערע צוגעהערן.
מענטשן וועלכע פארשטייען נישט די חילוק, וועלן אפט ווערן אנטוישט ווען די האטעל וואס זיי האבן אויסגעקליבן איז זייער נישט צוגעשטעלט לויט זייערע באדערפענישן.
די פרייזן זענען אויך גאר פארשידן, דורכשניטליך וועט א ביזנעס אריענטירטע האטעל רעכענען פון $250 ביז $400 א נאכט.
א וואקאציע אריענטירטע האטעל קען זיין אזוי נידעריג ווי $150 ביז עטליכע טויזענט, געוואנדן ווי לוקסעריעז עס איז צוגעשטעלט. רעזארטס קענען זיין נאך טייערער.
די אלע זאכן איז כמעט נישט מעגליך אליין צו וויסן, קיינער ערקלערט זיך נישט אפען איך סערוויר בלויז ביזנעסלייט וכדומה, אבער מיר האבן מענטשן וואס זענען טרענירט אויף דעם, צו כאפן און קלאסיפיצירן יעדע האטעל.
אזוי אויך האבן מיר צוטריט צו פארשידענע דאטאבעיסעס וואס זענען אוועליבעל בלויז פאר פירמעס וואס זענען אין די טרעווול אינדוסטרי, וואס שטעלן צו אינפארמאציע און זיי רעיטן די קוואליטעט און סערוויס פון האטעלן, אזוי אז מיר קענען ראטן פאר אונזערע קליענטן די בעסטע אפציעס וואס איז פארהאנען לויט זייער געברויך.
י.ש.: אז מען רעדט שוין פון האטעלן, איך האב מיר אלץ געוואונדערט וואס איז די באדייט פון די “שטערן” סיסטעם, עס איז דא האטעלן וואס באצייכענען זיך ווי פינעף שטערנס, פיר שטערנס אא”וו, וואס גענוי מיינט עס? און וואס קען מען ערווארטען?
א.ט.: עס וועט זיין מן הסתם א חידוש פאר די ליינער, אבער די שטערן סיסטעם מיינט גארנישט, עס איז נישטא קיין שום אפיציעלע פארשריפטן וואס א האטעל פון כך וכך שטערנס ברויך צושטעלן, און אוודאי איז נישטא קיין שום קערפערשאפט וואס פארסירט אדער האלט חשבון דערויף. עס איז נישט מער ווי א מארקעטינג מיטל.
י.ש.: א דאנק פאר די אינטערוויא, עס איז געווען זייער רייך און באלערענד, מיר האבן אויך צוריקגעהערט פון אונזערע ליינער אז זיי האבן הנאה געהאט דערפון.
א.ט.: ב”ה, מיר האבן אויך הנאה געהאט, א דאנק פארן געבן די געלעגנהייט, הצלחה וכל טוב.