קאמענטירט אויף לעזן א קריגעריי מיט א גויאישע קאלעגע (דעת בעל בית תרומה תשע”ב)
עס קומט מיר כסדר אויס אזעלכע עפיזאדן (אפילו אן דעם ביך) ע”כ איז כדאי צי וויסן קיינמאל נישט ווערן ווילד מען דארף כסדר רעדן רואיג.
לדוגמא: איך האב אמאל געענטפערט אויף אזא באשרייבינג אז זייער פרינטער פרינט אויך ליגנט.
אדער: זי שרייבט עס, איך לעב עס.
אדער: אויב מען לערנט נישט קיין פאך אדער ענגליש, פאר וואס שרייט די גאנצע וועלט אז די אידן האבן געלט
אין אזוי קען מען ענטפערן אן א שיעור.
און ליצנות ארבעט בעסער ווי א תירוץ, דאס הייסט, מאך חוזק פין יעדע שאלה דאס מערסטע וואס שייך.
פונקט ווי לץ אחד דוחה מאה תוחכות איז לץ אחד אויך דוחה זייערע שטותים
אין פאר אייער קאסטומער קענט איר שיקן א ביסל טשאקלאד פאר א עפאלגי, ווייל מיט עסן וועט ער זיך טוישן מיינונג.
הצלחה רבה
(-)
קאמענטארן בנוגע פרנסה און וועלטליכע וויסנשאפט (ווארט פון רעדאקציע תרומה תשע”ב)
יישר כח פאר’ן ארויסברענגען די לעצטע פאר שורות. דאס איז וואס איך טענה אלץ פאר די אויפגעקלערטע צווישן אונז אז אונז זעמיר נישט גענוג עדיוקעיטעד. תחזקנה ידיכם.
*
איך האלט נישט אז עס האט פשט ארויסצוהייבן די פאקט אז עס איז דא מענטשן וואס זענען אנגעקומען אן גארנישט קענען.
די מענטשן זענען א מיעוטא דמיעוטא, און נישט קיין וועג וואס מען דארף נאכטון.
מען זעט אין די גמרא אז “חייב” ללמדו אומנות, א חידוש ווי מענשטן וואס זענען מקפיד אויף אלע שיטות ביי א אתרוג, און וועלן נישט נעמען אפילו די פינטל איז נישט נראה לעינים, א זאך וואס האט נישט קיין שום מקור, האבן אבער א זייער איזי טיים עובר צו זיין אויף דעם.
די גמרא וויל נישט אז מען זאל זיך פארלאזן אויך א נס, פינטל. ווער איז קאמפעטענט היינטיגע צייטן צו נעמען א פשוטע גמרא און זאגן אז מען מוז אריינלערנען עפעס העכערס? מען קען אויסרייסן די גאנצע תורה אזוי…
מען איז “מחויב” צו לערנען א פאך, ווייל אויב נישט וועט מען אויסוואקסן א רויבער, אזוי זאגט די גמרא וד”ל
*
ווען דאס וואלט טאקע געווען פשוט פשט אזוי ווי די זאגסט, וואלטן שוין די גדולי ישראל זי”ע ולבחל”ח שליט”א געהייסן לערנען די זאכן.
און וויבאלד זיי הייסן נישט, זעהט אויס אז די ביסט נישט גערעכט.
כלל ישרא איז נישט היינט געבוירן, און די מנהיגי ישראל אויך נישט. ווען עס וואלט טאקע געווען אזא חיוב צו לערנען א אומנות, אזוי ווי דו שרייבסט, דאן ווי זענען געווען די גדולי ישראל אלע דורות? פארוואס האט מען נישט געהערט אז מזאל דאס לערנען אין די ישיבות? פארוואס האט קיינער פון אלע גדולי ישראל העומדים בפרץ גארנישט געזאגט, אויף די “געפערליכע פרצה” אז מ’איז נישט מקיים די בפי’ גמרא?
********
רעדאקציע: מיר ווילן אנמערקן אויף נאך עטליכע אינטערעסאנטע שמועסן וואס זענען פארגעקומען אנליין, נאר מיר קענען נישט אלעס אראפברענגען.
אט זענען עטליכע לינקס.
אינפארמאציע און דיסקוסיע: Social Media Marketing פאר אנליין ביזנעס.
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=308
דעבאטע: ווען זאל מען זוכן א צווייטע ארבעט
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=288
דעבאטע: גימעיל, יאהו אדער האטמעיל
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=314
הילף: טרענספערן פיילס דירעקט פון איין סערווער צו די צווייטע.
http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=303