איז טרעפיק אלעס וואס איר דארפט?

3 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: אנליין מסחר · דורך: נ. ארנשטיין · וואך: תצוה תשע"ב · בעל-בית נומער: 61 · דאטום: 2012-02-27
http://www.balboos.com/content/2012/02/איז-טרעפיק-אלעס-וואס-איר-דארפט/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
איז טרעפיק אלעס וואס איר דארפט?

אינעם פריערדיגן ארטיקל האבן מיר גערעדט איבער טרעפיק און מיר האבן אייך פארגעשטעלט 3 וועגן וויאזוי צו באקומען טרעפיק.
הגם מיר האבן געשריבן אינעם פריערדיגן ארטיקל אז דער עיקר איז “אינטערנעט טרעפיק”, און אויב האט איר די טרעפיק האט איר די געלט, איז דאס אבער נישט אינגאנצן אזוי, ווי מיר וועלן ערקלערן אין די קומענדיגע שורות.
כדי צו פארשטיין דארפן מיר נאכאמאל איבער’חזר’ן וואס מארקעטינג מיינט. א מארקעטער דארף באטראכט ווערן ווי א מיטל-מענטש צווישן א פראבלעם און איר לעזונג. כדי א מארקעט זאל קענען מצליח זיין דארף זיין סיי א “פארלאנג” און סיי א “לעזונג”.
שטעלט אייך פאר אז איר שטייט צווישן א מאסע מענטשן און איר רופט אויס: “קויפט דעם פראדוקט פון מיר!”. וועט עס איינער קויפן? ווארשיינליך נישט. איר דארפט זיי קודם געבן א גוטע סיבה פארוואס זיי זאלן דאס וועלן קויפן.
דאס איז אנדערש ווי אסאך מארקעטערס טראכטן. עס זענען דא מארקעטערס וואס לויפן נאך נאך טרעפיק, אין די צייט וואס באמת דארפן זיי זיך פארלייגן אז די טרעפיק וואס זיי האבן יא זאל בעסער אויסגענוצט ווערן. אין אנדערע ווערטער, זיי דארפן זיך מער פארלייגן אז מענטשן וואס ‘דארפן’ זייער פראדוקט זאלן אנקומען צו זייער וועבסייט.
מיר וועלן אייך פרעגן א פשוט’ע שאלה: וואס ווילט איר ענדערש, טויזנט מענטשן וואס פאר איינעם פון זיי אינטערעסירט אפשר אייער פראדוקט, אדער בלויז 100 מענטשן וואס פאר 10 פון זיי אינטערעסירט אייער פראדוקט? אוודאי איז 1,000 א גרעסערע נומער ווי 100, אבער אויב טרעפט איר די ריכטיגע 100 מענטשן צו וועמען צו רעדן, איז עס מער ווערד ווי די 1,000 מענטשן וואס דער פראדוקט רעדט נישט צו זיי.
פאר א טרעפיק פלוס אזוי ווי “ארטיקל מארקעטינג”, איז אוודאי וויכטיג אז איר זאלט האבן אסאך ארטיקלען בעפאר איר הייבט אן צו זעהן ערנסטע רעזולטאטן, אבער אויב וועט איר שרייבן ארטיקלען איבער א טעמע וואס האט נישט קיין שום שייכות צום פראבלעם פון אייערע ליינער, קענט איר זיכער זיין אז אפילו נאכ’ן שרייבן לאנגע יארן וועט איר נישט זעהן דערפון קיין שום הכנסה.
כדי צו פארשטיין דעם פעלד פון “אינטערנעט מארקעטינג”, דארפט איר גוט אדורכלערנען די סוגיא און פארשטיין דעם מהלך און די וויכטיגקייט דערפון. איר דארפט זיך באקענען מיט אייערע ליינער כדי צו וויסן וואס ס’אינטערעסירט זיי און וויאזוי איר קענט זיי צושטעלן זייערע געברויכן.
אינעם קומענדיגן לעקציע וועלן מיר רעדן מער איבער “ארטיקל מארקעטינג” און נאך.

ד׳ אדר תשע״ב at 12:10 pm#2
איז טרעפיק אלעס וואס איר דארפט?

יש”כ פאר די פיינע ארטיקל.

נאך א מיטל צו ברענגן מער טראפיק אויף א בלאג צום ביישפיל איז דורך לינקן פון איין ארטיקל צום צווייטן וואס האט א פארבינדונג מיט די ספעציפישע ארטיקל.

ווי צום ביישפיל ביי די ווארט “פריערדיגן ארטיקל” וואלט געמעגט זיין א לינק דערצו.

פון וואנעט ווייס איך, פשוט ווייל איך האב נישט געהאט געליינט דעם פריערדיגן ארטיקל און איך האב עס געדארפט זיכט ביז איך האב “באמערקט דעם “סעריע לינק.

דאס איז קליינע טראפיק אבער עס האלט לענגער דעם מענטש און באקענט אים שנעלער מיט די פלאץ.

ד׳ אדר תשע״ב at 2:41 pm#3
איז טרעפיק אלעס וואס איר דארפט?

you are right
this is whats called interlining
its very effective for SEO

as i only send my articles to balboos and they put it up, i cant link it to other articles