יעדער מענטש וואס טוהט אין ביזנעס ווייסט אז עס מאכן זיך שטענדיג פראבלעמען (וואס מיר רופן אן געלעגנהייטן צו דערגרייכן העכער). עס מאכט נישט א חילוק צו אייער ביזנעס איז ניי און נאך עטוואס וואקלדיג צי עס איז שוין ריכטיג אנטוויקלט און סוקסעספול. עס איז אייער פליכט צו אויפקומען מיט לעזונגען וואס וועלן פטור ווערן נישט נאר פונעם פראבלעם נאר אויך פונעם גורם.
פאלגנד זענען זיבן שריט וואס א ביזנעסמאן זאל נעמען צו לעזן א פראבלעם וואס מאכט זיך אין זיין ביזנעס:
1. דערגייט דעם שורש פונעם פראבלעם
פארברענגט אביסל צייט צו טראכטן וועגן דעם שורש פונעם פראבלעם. למשל, אויב פארקויפט איר צו ווייניג סחורה, קען זיין אז אייער פראבלעם שטאמט פון דעם פאקט אז איר טוהט נישט גענוג מארקעטן אייער פראדוקט.
2. פארשטייט די צילן
טראכט וועגן ווי אזוי איר ווילט דער סוף רעזולטאט זאל אויסזעהן און מאכט זיכער אז איר זענט ספעציפיש. צו זאגן אז איר ווילט פארדינען מער געלט איז נישט גענוג. איר זאלט זאגן, “איך וויל פארמערן מיינע פארקויפונגען מיט – פערצענט,” אדער, “איך וויל רעדוצירן מיינע הוצאות מיט – פערצענט.”
3. אנטוויקלט א פלאן פאר למעשה
מערסטנס לעזונגען צו ביזנעס פראבלעמען געשעהן נישט איבערנאכט. זיי קענען אמאל נעמען 30, 60, 90 טעג אדער אפילו חדשים אדער יארן. מאכט זיכער אז אייער פלאן איז גוט אויסגעשטעלט און אדורכגעטראכט, מיט רעאליסטישע איינצלהייטן.
4. אקציע
פירט אויס אייער פלאן. מאכט זיכער אז איר האלט זיך צו יעדער חלק דערפון.
5. קאמיוניקירט
מאכט זיכער אז איר טרעפט זיך אפט מיט אלע מענטשן וואס האבן א חלק אין דעם לעזונגס פלאן. שמועסט איבער ווי אזוי עס ארבעט זיך אויס, און זייט אפן און אמתדיג. אויב עפעס גייט נישט ווי געפלאנט, רעדט דערפון. קומט אויף מיט לעזונגען איניינעם.
6. פאררעכט
אויב זעהט איר אז זאכן פארן נישט ווי געפלאנט, גייט איבער אייער אקציע פלאן און טוישט די איינצלהייטן דערפון.
7. רוקט זיך ווייטער
לייגט זיך אריין אין אייער נייער פלאן און פירט עס אויס ביז איר דערגרייכט דעם פולן לעזונג בעזרת ה’!
ווארצלט אויס דעם פראבלעם
1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: תצוה תשע"ב · בעל-בית נומער: 61 · דאטום: 2012-02-27
http://www.balboos.com/content/2012/02/ווארצלט-אויס-דעם-פראבלעם/ קאפיע אין ארכיוו
http://www.balboos.com/content/2012/02/ווארצלט-אויס-דעם-פראבלעם/ קאפיע אין ארכיוו