אויב איר נוצט א פארטעבל הארד דרייוו צו מאכן א בעקאפ פון צייט צו צייט. אדער א יו עס בי פלעש דרייוו, האט איר זיך שוין מן הסתם אנגעשטויסן אין די פראבלעם.
נעמליך, ווינדאוס שטעלט אלץ צו א בוכשטאב צו יעדע דרייוו וואס מען שטעקט איין, די דיפאולט הארד דרייוו איז C און אזוי ווייטער. די פראבלעם איז אז עס געבט נישטט אלץ די זעלבע, מען קען איינשטעקן היינט א פחעש דרייוו, און עס וועט באקומען צוגעטיילט א F אנשטאט די נעכטיגע G.
די פראבלעם שטעקט אין דעם וואס די בעקאפ פראגראם פארלאנגט א path, די פונקטליכע אדרעס פון די פאלדער וואו אהין צו פלאצירן די בעקאפ. אויב טוישט זיך די בוכשטאב, וועט די בעקאפ נישט ארבעטן אוטאמאטיש, נאר מען וועט דארפן נאכאמאל אריינגיין און אנשטעלן די נייע אדרעס.
אויף דעם איז דא א פשוטע עצה.
עפן Computer Management (מען קען עס טרעפן באגראבן אין קאנטראל פענעל, עס איז גרינגער אריינצוטייפן אין די “סטארט מעניו”.
אין די לינקע זייט קליק אויף Disk Management
רייט קליק אויף די פארטעבל דרייוו. קליק אויף
Change Drive Letter and Paths
עס וועט ארויסקומען א ווינדאו ניט די בוכשטאס וואס די דרייוו פארמאגט יעצט. דריק Change.
אין די נייע ווינדאו סעלעקט א נייע בוכשטאב פון די דראפ דאון מעניו.
וויכטיג: וועל אויס א בוכשטאב וואס איז ווי שפעטער אין די רייע, צ.ב.ש. Z, ווייל ווינדאוס טיילט בוכשטאבן לויט די אלפאבעטישע סדר, אויב וועט די אויסגעקליבענע בוכשטאב שוין זיין פארנומען דורך א אנדערע דרייוו ווען מען פלאגט עס איין, וועט עס די פארטעבל הארד דרייוו נישט קענען באקומען.
פון יעצט אין ווייטער וועט די פארטעבל האר דרייו אלץ באקומען די באשטימטע בוכשטאב.