לכבוד הבעל בית,
איך בין שוין א ליינער פון בעל בית פון די ערשטע וואך, שוין איבער צוויי יאר. …א דאנק פאר די וואונדערליכע אויסגאבע יה”ר…
קודם מיינע קרעדענשאלס, אנדערש ווי רוב ליינער וואס באדאנקען זיך נאר אלץ א הקדמה ווען זיי שרייבן א בריוו, וואס קאסט גארנישט, בין איך א שטענדיגע משתתף אין די פארומס און קאמענטארן מיטן ניק אלעזר מענדל, איך טו עס פאר מיר אליין, איך ברויך נישט קיין דאנק, נאר אז איך שרייב שוין וואלט איך געוואלט מעורר זיין אלע ליינער עפעס צוריקצוגעבן אויך, נישט נאר נעמען. און אין איינוועגס הנאה האבן, טעמו וראו כי טוב.
בנוגע די ארטיקל “חרפת נבל” פון פארגאנגענע וואך. אמת, עס איז א מייסטער ווערק, זייער שיין און הארציג, מיט גוטע מקורות, איך האב געהערט פון אנדערע אז זיי האבן אויך הנאה געהאט און איך האב געזען ווי עס איז צושפרייט געווארן איבער די וועב אויך. בכלל האב איך הנאה געהאט ווי איר האט געהענדעלט די גאנצע פרשה, איידל און דאך בארירט ווי עס איז געווען וויכטיג צו בארירן. ווייל מענטשן האבן געזוכט צו הערן א ווארט דערוועגן.
אבער, איך מוז קריגן מיט די עיקר נקודה וואס דער שרייבער ברענגט ארויס, נעמליך, אז מען זאל זיצן און שווייגן איבער די גאנצע פרשה.
איך האב געשריבן א לאנגע פאוסט איבער די ענין, אין די פארום, עס האט מיר גענומען איבער א שעה, איך בין געווען דער ערשטער צו בארירן און ברענגען די פרשה לתשומת לב פונעם ציבור. איך ברענג דארט ארויס אז עס וואלט יא געברויכט זיין א ענטפער פון אונזער ציבור.
איך פארשטיי אז איר האט עס נישט אפגעדריקט אין “דעת בעל בית” פארגאנגענע וואך, עס איז צו לאנג און אפשר נישט אזוי מיט טאקט געשריבן, אז עס זאל פאסן אין די בעל בית, אבער איך האב בארירט עטליכע נקודות וואס איך וועל מעתיק זיין דא בקיצור, און צולייגן כהנה וכהנה, און איך בעט עס אריינצולייגן, ווייל איך האלט אז עס דארף אויפגעברענגט ווערן.
*
איך וויל אנהייבן בכלליות מיט די אנגייענדע קאמף וואס ווערט געפירט מיט די יהדות הצרופה והנאמנה אויף פארשידענע פראנטן.
די ערשטע איז די לינקע ליבעראלע מידיע, וואס פירט א קאמף מיט רעליגיע בכלליות, כידוע לכל מבין, עס איז נישט איבערגעטריבן, עס איז דאקומענטירט, עס איז א פאקט, און א טייל פון זיי, די עקסטרעמע, זענען עס מודה אן קיין בושה.
דערנאך איז דא די אידישע קעמפער, רעליגיעזע, אדער מאדערן ארטאדאקס, כדוגמת די וואס האבן געפירט א קאמף מיט מציצה בפה מיט אייגענע מלחמות און אייגענע אגענדעס. אויך אנדערע שטארק מאדערענע וואס זענען אלץ דא צו געבן מיאוסע סטעיטמענטס פאר די פרעסע ווען עס מאכט זיך עפעס א פראבלעם ביי אונז, קומען די אינדערויסענדע “מומחים” און זיי זענען אלעס מסביר, ווייל זיי ווייסן דאך, זיי זענען דאך די שטודירטע פראפעשאנעלס אויף אידן. א שטייגער ווי ווען עס איז געווען די מערכה אקעגן די נייעס באריכט מיט מרת קלינטאן.
דערנאך איז דא די פון אונזער מחנה, דאס איז די ערגסטע פון אלע, נישט אלע מיינען שלעכטס, אבער הצד השוה שבהן אז זיי פארשווארצען אונז די פנים, ווילענדיג אדער נישט.
צו איז דאס געוויסע “היימישע חסידישע” זינגערס, וואס אין זייערע ניגונים, און/אדער אויפטריטן אויף די ראדיא און די פרעסע מאכן זיי חוזק פון די פרומערע, מאלן זיי אפ ווי פאנאטישע אוממענטשן, מאכן אוועק די חדרים, מאכן אוועק די רבנים און עסקנים.
א חלק פון אזוי גערופענע עסקנים, וואס מיינען אז מען קען נישט אנדערש אויפטון פאר טשיילד אביוז און אנדערע אינערליכע פראבלעמן נאר מיטן גיין צו די פרעסע און צו די מאדערענע וועלט.
א חלק זענען בלאגס, נייעס זייטלעך וואס בויען זיך פארמעגנס און פרעסטיזש אויף אונזער בלוט, ווייל מיטן אויפדעקן אזוי גערופענע קאנטראווערסיעס בויען זיי זיך גרעסער.
א חלק קומט ווען איין חסידות לויפט צו די פרעסע צו האקן זייערע בר פלוגתות.
ואחרון הכביד, עס זענען דא פארבלאנזשעטע נשמות, פון אונדער מחנה וואס מיינען עס ליידער אידיאליסטיש, נישט קיין געלט און כבוד נאר פשוט צו פאנגען נפשות, אריינשלעפן אנדערע אין דעם זומפף ווי זיי געפינען זיך, ווייניג ווייסן אז עס איז דא היינט ארגענעזאציעס סיי אין אמעריקע און סיי און א”י וואס געבן זיך אפ מיטן “מקרב” זיין אונזערע בחורים און מיידלעך וואס גייען אראפ פון וועג, מען העלפט זיי מיט געלט און אנדערע ענינים, ה”י.
זיי האבן וועבזייטלעך, זיי ארבעטן אויף ביכער און זיי ווערן לעצטענס אפט צוטירט דורך די מידיע אלץ א “נייטראלע אינדערויסענדיגע” מיינונג ווען עס קומט צו ענינים וואס אנטבלאנגט צו אונז.
*
לעניננו, די בוך וואס איז ארויסגעקומען פארגאנגענע וואך. איך וועל מודה זיין צום שרייבער פון “חרפת נבל” אז נישט יעדער ברויך נעמען אויף זיך צו ענטפערן, און עס איז אויך אמת אז מען ברויך זיך נישט צוטאן מאכן וואס אנטבאלאנגט אונזער פריוואטע לעבן. אבער, א ענטפער מוז געגעבן ווערן הויך און קלאר, בעסער געזאגט, מען ברויך א קאנטער אטאקע! ווייל אז מען איז אונטער פייער פון אזויפיל פראנטן, ווי איך האב געשריבן אויבן, קען מען נישט שלאפן און זאגן אז עס וועט זיך אליינס פארלעשן!
איי וועט איר פרעגן, “ווי קען עס אויסקלאפן? וועם גייט אן וואס אנדערע טראכטן? וואס קען שוין געשען אז איינער גלייבט אירע מעשיות?
די תירוץ איז פשוט, ווי איך האב ערווענט, די פראבלעם איז נישט איין ספעציפישע בוך! די פראבלעם איז אז מיר זענען אונטער א אטאקע! עס איז פיל טיפער און ברייטער פון איין זינלאזע בוך! עס איז די כלליתדיגע שלאכט, אפילו מען איגנארירט איין אטאקע, צו עטליכע, און אפילו מען גייט ארויס מיט רעלאטיווע קליינע שאדנס, ווערט אבער די שונא מער חוצפהדיג, ער זעט אז עס איז נישטא וואס מורא צו האבן!
אזוי ווי די משל פון עמלק מיט די אמבטי’ רותחת, אז איינער טאנצט אריין, טאנצן אנדערע אויך, כש”כ אויב דער ערשטער כאפט ניטאמאל א ברי!
עכ”פ, מיין נקודה איז, אז מען מיר ברויכן ווייזן אז מען קען נישט קומען און פארשפרייטן בלבלים און לגיונות אן ליידן קיין קאנסקווענצן! נישט ווייל מיר זענען דיקטאטארן אדער טעראריסטן ח”ו, אבער יעדער פארשטייט אז אויב איינער וויל ארויסגעבן א ביכל און באשמוצן די שווארצע אדער א אנדערע ראסע אדער אפילו אידן בלליות אלץ א ראסע, וועט נישט זיין קיין שום פרעזסטיזשפולע פירמע וואס וועט עס אפדרוקן, און אוודאי וועט די מידיע און קיין איינע פון אירע פארמען, ראדיא, טעלעוויזשאן, צייטונגען וועבזייטלעך נישט אריינלייגן קיין אינטערוויא אדער ריוויו, און גרויסע עמטליכע וועב זייטלעך און בוך געשעפטן וועלן עס נישט פארקויפן. עס וועט זיין ווי א מצורע מחוץ למחנה און קיינער וועט ניטאמאל וויסן דערפון.
אבער ווען עס קומט צו באשמיצן חסידים אדער רעליגיע איז א צווייטע מעשה אינגאנצן. זיי מעג מען באשמיצן, קיינער האלט זיך נישט צוריק, ניטאמאל נעמט מען די מי צו טון אביסל “פעקט פיינדינג”, אדער זאגן אז עס איז נאר איין צד פון די מטבע. דאס אלעס איז א פאקט, ווי יעדער האט זיך אליין איבערגעצייגט די לעצטערע וואכן.
פארוואס איז עס אזוי?
פשוט, די שווארצע און אפילו די מוסלמענער האבן גרופעס וואס געבן אכט אז מען זאל זיי נישט באשמוצן, גרויסע מידיע פערסאנאלאטיס האבן שוין פארלוירן זייערע פאסטענס און קאריערעס בלויז פאר א אומגעלונגענע וויץ אויפן חשבון פון א קאלירטן פערזאן. די זעלבע פראגראם וואס האט מיט פארגעניגן אויסגעהערט לצנות אויף אונזער חשבון פאריגע וואך, האט פאר עטליכע יאר צוריק מוחה געווען און ארויסגעוואקט ווען איינער האט דארט געזאגט דעם פשוטן פאקט אז מוסלמענער האבן דורכגעפירט 9.11, ווייל מען מעג נאר זאגן “טעראריסטן” האבן עס געטון.
לעומת זה, פרומע אידן זענען א “ווייכע טארגעט” מען קען אין זיי שניידן ביזן זיבעטן ריפ, און דערביי מאכן געלט, כבוד, הייבן די רעיטינגס און עס איז נישטא קיין שום געפאר אז מען וועט עפעס דערלייגן, דאס געשעפט איז כלו רווח!
פארדעם ברויך מען יא צוגרייטן א קאנטער אטאקע, אזוי אז עס זאל פארגיין די אפעטיט פון פאטענציעלע נאכמאכער, עס זאל ארויסגיין פון “סטייל” און עס זאל מער נישט זיין קיין “גוד גאינג אייטעם”.
איך וויל אויפמערקזאם מאכן איבער נאך א נקודה וואס איז אומבאקאנט. די שרייבערין פון די ניי ערשינענע בוך האט שוין א קאנטראקט מיט א צווייטע פאבלישער אויף “צוויי פרישע פיקציע ביכער” וואס וועלן זיין איבער “קריים” אין די חסידישע קאמיוניטי, עס וועט טאקע הייסן “פיקציע” אבער זי זאגט אז עס וועט זיין באזירט אויף “ריל לייף” געשענישן אין די חסידישע קאמיוניטי… מען וועט ניטאמאל קענען האבן טענות אז עס איז פאלש… אבער עס וועט אויפטון וואס עס דארף אויף די צורייצטע אנטיסעמיטישע מוחות.
חוץ מזה האט זי די וואך פארשפראכן ארויסצוגעבן א צווייטע מעמאואר בוך!, צו אדרעסירן פראגעס וואס בלייבן איבער פון די ערשטע, זעט זיך אויס אז דאס געשעפט לוינט זיך גאר גוט, אידיש בלוט איז מתוק לחכה, זי איז ווייט פון פארטיג מיט אונז! כידוע אז א בער וואס פארזוכט איינמאל מענטשן פלייש איז עס שוין א אייביגע סכנה וויל עס איז געקומען צום טעם.
אויך איז א דירעקטע רעזולטאט פון די בוך, אז עס האט זיך געשאפן א קנאת סופרים צווישן אנדערע אוועקגעפאלענע ארויסצוקומען מיט אייגענע ביכער, קיינער פארגינט איר נישט די כבוד און געלט בעת זיי לעבן און ארימקייט און עלנד און קיינער קוקט זיי נישט אן. עטליכע פארשפרעכן אז זיי וועלן מאכן א פיל בעסער זשאב, ווייסט דער אויבערשטער וואס אלץ עס קומט נאך…
*
וואס קען מען טון?
איך שלאג פאר עטליכע זאכן, ואיני אומר קבלו דעתי, איך ברענג בלויז אויף מה שנלע”ד.
ארגענעזירן א פראטעסט און/אדער א גרויסע דרוק אקעגן סיימען און שוסטער, די פאבלישער פון די בוך, עס איז דא גענוג בלבולים וואס איז אויפגעווייזן געווארן, אז מען האט שוין יא עפעס זאכליכע פאקטן, זאל מען גיין ביזן סוף! נאר אזוי וועט ווערן א שטורעם אין די בוך וועט ווערן דיסקרעדיטעד.
זאלן זיי זייין געצווינגען צו פארדאמען די בוך און צוריקנעמען פון די געשעפטן!
אויסאיבן דרוק אויף די פאבלישער פון די צוויי נייע ביכער אז זיי זאלן זיך ארויסציען דערפון.
אלע צדדים וואס זענען געווארן באשולדיגט מיט פאלשע בלבולים, באטראפענע משפחות, יחידים, הצלה , פאבליק סעפטי, וויליזש פון קרית יואל און אנדערע, זאלן סטראשענען און אריינגעבן קלאגעס אין געריכט אויף לייבעל און סלענדער!
מען זאל ארויסגעבן און צוזאמנענען קורצע סטעיטמענטס פון משפחה, פריינט, יעדער וואס ווייסט עפעס פאקטן, און ארויסגעבן אויף עפעס א אופן. נישט שרייבן קיין לאנגע זאכן, מען ברויך זיך נישט אראפלאזן צו איר. נאר פשוט טרוקענע עדותשאפטן, אינטערגעשריבן ביי א נאטארי פובליק און אפווענדן ליגענט ביי ליגענט. מען קען צולייגן דאקומענטן און בילדער מיט טרוקענע קאלטע פאקטן.
מען זאל שאפן א “טעסק פארס” פון אלע היימישע חסידות’ער און קהלות וואס זאלן זיך אפגעבן מיט נישט לאזן באשמיצן אונזער עולם, סיי דורך מזידים און סיי דורך די פרעסע וואס איז אפטמאל נישט להכעיס. אבער זיי באשמיצען אונז אן טראכטן א מינוט, ווייל מיר זענען א ווייכע טארגעט. די שווארצע וואגט מען זיך נישט צו באשמיצן, ווייל מען ווייסט די נאכפאלגן!
נישט מען זאל שרייען אז די “עסקנים” זאלן עס טון, אדער “ווי זענען די עסקנים?” עס איז לעכערליך! די עסקנים האבן גענוג אויפן קאפ, עס זאל באשטיין פון מענטשן וואס וועלן זיך אפגעבן און ספעציאליזירן דירעקט מיט פובליק רילעשאנס.
זיי זאלן אויך זיין די וואס וועלן ארויסגעבן סטעיטמענטס פאר די פרעסע לעת מצוא.
שנאת ישראל קען מען נישט אינגאנצן פארלעשן, אבער מען מוז האלטן די פייער אנדער קאנטראל! עס איז נישט קיין תירוץ גארנישט צו טון! ווייל ווען אז עס גייט ארויס פון קאנטראל איז איום ונורא, השם ישמרנו.
איך וועל פארענדיגן מיט די תפלה, והשב שבעתיים אל חקם, חרפתם אשר חרפוך ה’.
מוקירכם
אלעזר מענדל