סטיוו זשאבס – 8

5 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: טעכנאלאגיע · דורך: יוחנן שיף · וואך: תצוה תשע"ב · בעל-בית נומער: 61 · דאטום: 2012-02-27
http://www.balboos.com/content/2012/02/סטיוו-זשאבס-8/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
סטיוו זשאבס – 8

פאנטאזיעס… אדער נישט…
די פלאן איז געווען אז די מעק וועט ערשיינען אנפאנג פון יאר 82’, דאס הייסט זשאבס מיט זיין גרופע האבן געהאט א קנאפע יאר צו ערצייגן און פראדוצירן די מעק.
ענדי הערצפעלד, א נייע אינזשעניר אין די מעק גרופע געדענקט ווי ער האט גע’טענה’ט מיט זיינע קאלעגעס “די דאטום שטימט נישט, עס איז נישט מעגליך צו ערצייגן די מעק אין אזא קורצע צייט”. די אלט געזעסענע האבן אים אבער אויפגעקלערט “זשאבס האט א מאדנע אייגנשאפט, ער קען האלטן און זיין איבערגעצייגט אין פארשידענע זאכן וואס האבן נישט קיין שום באזע אין מציאות” געווענליך קומט עס צום אויסדריק ווען ער וויל עפעס זייער שטארק, וועט ער בייגן די מציאות צו זיין ווילן אנשטאט זיין ווילן צום מציאות…
נאך מער פון דעם, אפט מאל ווען מען געפינט זיך אין זיין געגענווארט ווערט מען אליין צוגעצויגן צו זיין געדאנקען גאנג, און מען קען זיך שווער באפרייען דערפון, זיין געוואלדיגע איבערצייגונג קראפט און התלהבות, האט פשוט ווי היפאנאזירט מענטשן צו טראכטן און האלטן אזוי ווי ער זאגט, אפילו זאכן וואס זענען געווען אין קעגנזאץ מיטן מציאות.
און אט דאס איז די סיבה פארוואס די דאטום פון די מעק ערשיינונג איז יאנואר 82’, ווי אומרעאליסטיש עס הערט זיך, וויל זשאבס זייער אז די מעק זאל שוין זיין פארטיג אויף דעמאלס, און ער גלייבט פולקאם דערין.
הערצפעלד האט געטראכט צו זיך אז עס מן הסתם היבש איבערגעטריבן, און בלויז א שיינע וועג פון זאגן אז דער “באסס” קען אמאל זאגן א ליגענט, אבער נאך עטליכע וואכן האט ער אליין אנגעהויבן צו באמערקן די פענאמען, עס איז בכלל נישט געווען איבערגעטריבן, זשאבס האט פשוט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט קיין פאקטן, נאר צוגעשטעלט די מציאות אז עס זאל שטימען מיט וואס ער האט געהאלטן און געוואלט. נישט נאר האט ער געזאגט פאר אנדערע, נאר ער האט באמת געהאלטן אזוי. די חידוש איז געווען – באמערקט הערצפעלד- אז אפילו מען איז בשעת מעשה געווען באוויסטזיניג אז זשאבס זאגט נישט דעם ריינעם אמת, האט עס נישט געהאלפן און מען איז באיינדרוקט געווארן פון זיינע ווערטער ווי מיט עפעס א צויבער, אזוי גרויס איז געווען זיין איבערצייגונג קראפט.
כאטש פארלייקענען פאקטן איז זעלטן א מעלה, און עס האט טאקע געברענגט פיל פראבלעמען פאר זשאבס אין זיינע ארומיגע, האט עס געהאט מעלות אויך. זשאבס האט עס גענוצט אלץ טאקטיק צו מאטיווירן זיינע ארבעטער צו צילן אויף זאכן וואס זענען אוממעגליך, און מאנכע מאל האט עס אומגלויבליך געארבעט.
סטיוו וואזניעק דער קא-גרינדער פון עפל, וואס איז ממש דער היפך פון זשאבס, זייענדיג זייער א גראדער און רואיגער מענטש- באוואונדערט אבער די מאדנע אייגנשאפט “זשאבס האט מיר באוואויגן צו ארבעטן און ענדיגן זאכן און בלויז געציילטע טעג ווען עס האט אויסגעקוקט גענצליך אומרעאליסטיש, איך האב געוואוסט אז עס איז נישט מעגליך, אבער באיזה אופן איז עס צושטאנד געקומען”.
עס איז געקומען פון די גרויסע מאס זעלבסט שעצונג און זיכערקייט וואס ער האט פארמאגט. ער האט אלץ געהאלטן אז ער איז פיל קלוגער און געלונגענער פון אנדערע, און זאכן וואס קוקן אויס אוממעגליך פאר אנדערע איז נאכנישט קיין אפהאלט פאר אים, ער האט זיך געהאלטן העכער דערפון.
זשאבס איז אזוי אנגעגאנגן א גאנץ לעבן, פילענדיג העכער פון די וועלט, פאר די סיבה האט זיין זילבערנע מעצערדעס (זשאבס האט געגליכן דייטשע קארס) קיינמאל נישט געהאט קיין לייסענס פלעיטס, און אלץ געפארקט אויף א פלאץ וואס איז באשטימט פאר הענדיקעפט מענטשן, ער האט געפילט ווי געזעצן מיינען נישט אים. ער פלעגט אויך אפטמאל דרייוון אויף א גאר הויכע שנעלקייט, פיל מער ווי דאס געזעץ ערלויבט.
פארשטייט זיך אז זיין ווערן א מיליאנער און וועלט בארימט אין די אינגע עלטער פון עטליכע צוואנציג האט נישט פיל צוגעגעבן צו זיין ענוה.
עווענטועל האט ער אויך פיל געליטן פון די “מעלה”, שליסליך איז דאס געווען די סיבה אז ווען ער איז שפעטער אין לעבן געווארן דיאגנאזירט מיט יענע מחלה ה”י, האט ער עס לכתחילה איגנארירט פאר א לאנגע צייט, און נישט גענומען קיין געהעריגע טריטמענטס, ער האט פשוט נישט אנערקענט דערין, אזוי ווי ער איז געווען געוואוינט צו טון מיט אנדערע אומאיינגענעמע פאקטן דורכאויס זיין לעבן. א טייל מומחים האלטן אז דאס געווען די סיבה פון זיין שטארבען, לויט זיי וואלט עס געווען היילבאר ווען ער הייבט ווען אן די טריטמענטס פריער.
אבער נאך אלעם, איז דאס געווען א חלק פון וואס עס האט געמאכט סטיוו זשאבס פאר “סטיוו זשאבס” זיין ענערגיע און שעפערישקייט האט נישט געוואוסט פון קיין ניין, ער האט זיך נישט אפגעשטעלט פאר גארנישט.
אוודאי קוקען מיר אים נישט ארויף דערפאר, ווי ר’ שמעון בן יוחאי האט שוין געזאגט “כל מה שתיקנו לא תיקנו אלא לצורך עצמם”, ווען איינער טוט עפעס פאר זיך זעלבסט, וואס איז דען דא ארויפצוקוקען דערין? יעדע מענטש האט א נאטורליכע ווילן צו טון פאר זיך דאס בעסטע. דאך איז באלערנד צו באאבאכטן ווי ווייט מען קען אנקומען מיט עזות.
מיר ברויכן זיך טאקע נישט אפלערנען פון זיינע פערזענליכע מדות רעות, בפרט גאוה וואס איז פון די ערגסטע מדות וואס עס איז דא, פארט ווייסן מיר פון ספרי מוסר אז יעדע מדה קען ווערן אויסגענוצט צום גוטן. עזות אין די ריכטיגע מאס קען באווייזן וואונדער סיי אין ביזנעס און אין פערזענליכן לעבן און סיי להבדיל ביי עבדות השם.

ו׳ אדר תשע״ב at 11:51 pm#2
סטיוו זשאבס – 8

מסתם איז זיין מלמד געווען פון חיים של תורה אדער סיי וועלכע אנדערע ארגענעזאציע, (ווייל זיי האבן אזוי שטארק מורא פון ענווה פסילה אז מען האט אינגאנצן פארגעסן פין גאווה פסילה)ואכמ”ל

י׳ אדר תשע״ב at 3:50 pm#3
סטיוו זשאבס – 8

אלזא וואס זאגסטו אז זשאבס איז כל ימיו אורמגעפארן אן לייסענעס פלעיטס און קיינמאל זיך נישט אנגעשטויסן אין געזעץ?
ק’מאן, עפטער אלל איז דא אמעריקא ווי קיינער פארשוינט נישט אפילו דעם פרעזידענט

י׳ אדר תשע״ב at 5:02 pm#4
סטיוו זשאבס – 8

ער פלעגט טוישן די קאר איינמאל אין זעקס חדשים.
לויטן געזעץ אין קאליפארניע קען מען נוצן ביז זעקס חדשים א בלויזע פאפירל אין די פאדערשטע פענסטער, (אין ניו יארק איז אויך דא עפעס ענליך) ער האט זיכער געמאכט קיינמאל נישט צו דארפן האבן.

י״א אדר תשע״ב at 2:23 pm#5
סטיוו זשאבס – 8

און דאס האט אים געמאכט שפירן גוט?
נא, יהי לו אשר לו…
עס דערמאנט מיך פון דעם יונגל אין חדר וואס פלעגט פרעגן דעם רבי’ן אינמיטן דאווענען אויב ער מעג גיין אין בית הכסא, נאכ’ן באקומען א ערלויבעניש, פלעגט ער צוריק גיין אויפן פלאץ, און ארויסגעגאנגען א מינוט שפעטער, כדי מען זאל מיינען אז ער גייט אן רשות… אן אלטער רייכער גוי מיט תאות פון א צעהן יעריג יונגל, וואס פארשטיימער אונז?