צוליב די קורצערע ארבעטס וואך פון פאר פורים, ערשיינט די בעל בית אין א קלענערע פארמאט.
טראדיציאנאל פלעגט נישט די בעל בית ערשיינען און אזעלכע צייטן, צוליב עטליכע סיבות וואס מיר האבן שוין כמה פעמים אויסגערעכנט, ובעיקר ווייל א גרויס חלק פון ליינער קומען נישט אן צו ליינען די ארטיקלען אין פארקורצערטע ארבעטס וואכן ווען די ארבעט איז פילפאכיג מער, בנוסף צו די טירדות החגים. אבער צוליב די שטארקע פארלאנג פון א חלק ליינער וואס קוקען יא ארויס דערויף אויך אין אזעלכע זמנים, האבן מיר געקלערט צופרידן צושטעלן ביידע. די בעל בית וועט אבער נישט ערשיינען די קומענדיגע וואך.
*
אויב איר האט יא איבעריגע צייט אין די וואכן, קענט איר זיך אלץ אריבערכאפן אין די פארום’ס, מען קען דארט אלץ טרעפן נייעס, אפהאנדלונגען און טיפס. ועל כולם קען מען פרעגן שאלות און בעטן הילף.
מיר האבן אריינגעלייגט פיל כחות אין געלט אויפצושטעלן די פארום’ס, כפי בקשת הציבור, אבער מיט דעם האט זיך געענדיגט אונזער חלק, מיר קענען נישט טון מער פון דעם. אנצוהאלטן די תוכן און אטמאספערע איז געוואנדן אין די ליינער. עס וואלט כדי געווען אז די וואס האבן די מעגליכקייט זאלן זיך אריינכאפן אהין, ליינען און משתתף זיין. מיר גלייבן אז איר וועט הנאה האבן.
*
מיר ווילן נאכאמאל דערמאנען איבער א ספעציעלע הנחה פאר אלע בעל בית ליינער, נישט בלויז פאר מעמבערס.
די בארימטע וועב-חבר פירמע האט געהעכערט זייער פרייז פון $3.95 צו $4.99 א חודש.
מיר האבן באוויזן אויסצוארבעטן מיט די פירמע אז בעל בית ליינער זאלן ווייטער קענען באקומען די אלטע פרייז פון $3.95 לכל הפחות ביז סוף פונעם קאלענדער יאר 12′.
צו באקומען די הנחה, נוצט די קיופאן קאוד BALBOOS2012
*
צו ערפילן די בקשה פון עטליכע מעמבערס, וועלן באצאלטע מעמבערס קענען באקומען די “פרינטעבעל” ווערסיע פי די עף אין אימעיל, גלייך מאנטאג צופרי צוזאמען מיט’ן ערשיינונג פון בעל בית. (כדי נישט צו באלעסטיגן די וואס ווילן נישט מערערע אימעילס, וועט איר דארפן פארלאנגן ארויפצוגיין אויף די ליסטע דורך אונז שיקן א אימעיל)
די רעגולער פי די עף ווערסיע ווערט ארויסגעשיקט שפעטער אין טאג (צוליב טעכנישע סיבות).
*
מעמבערס קענען ליינען לכבוד פורים די פורים’דיגע ארטיקל פון מתתי’ גראס, וואס איז ערשינען פארגאנגענע יאר.
פארדינט דרייסיג טויזענט דאלער א חודש – מתתי’ גראס
א פרייליכן פורים און א שמחת תמיד :)
די פארוואלטונג