איר ווייסט זיכער אז די ביזנעס, פונקט ווי דאס לעבן, גייט נישט אלס ווי מען וויל. אבער דאס מיינט נישט אז איר קענט נישט פארגרינגערן די שווערע מינוטן.
פאלגנד זענען עטליכע עצות דערפאר:
1. נעמט א לימוד
ווינסטאן טשורטשיל, דער פריים מיניסטער פון ענגלאנד ביי די צווייטע וועלט מלחמה, וועמענס לעבן איז געווען אנגעפילט מיט אנטוישונגען, האט אמאל געזאגט, “הצלחה איז צו גיין פון איין דורכפאל צום צווייטן אן פארלירן די חשק.” ער האט פארשטאנען אז דורכפעלער קומען אלס צו גיין און מען מוז זיי באהאנדלען אויף אזא אופן.
ווען א מענטש פארשטייט אז ער קען וואקסן פון אנטוישונגען און נישט נאכגעבן צו זיי, וועט ער קענען ווייטער ציען.
2. שטעלט אויס א נייער חלום
אמאל איז וויכטיג צו טוישן די חלומות ווען די אלטע גייען נישט ווי געפלאנט. מען מוז אלס זיין גרייט פאר די סארט געשעהנישן, נישט זיין צי שטייף.
3. טיילט מיט אייערע חלומות
טרעפט אייך צוזאם מיט די מענטשן וואס האבן די זעלבע סארט חלומות ווי אייך און שטארקט אייך איניינעם.
4. פאקוס
געדענקט וואס אייערע עיקר צילן זענען און פאקוסירט אויף זיי. ווייסט וואס איר קענט טוהן, און טוהט זיי גוט. געבט נישט אויף אויף אייערע שטענדיגע טאטן און פארשטייט וואס איז וויכטיג אין אייער לעבן.
5. הייבט אן היינט
א קלוגער מאן האט אמאל געזאגט, “די בעסטע זאך צו טוהן איז די ריכטיגע זאך, די נעקסט בעסטע זאך איז די נישט-ריכטיגע זאך, און די ערגסטע זאך איז צו טוהן גארנישט”.
אמאל מוז מען אויפגעבן די נעכטיגע פלענער פאר נייע וועגן. אבער געבט קיינמאל אויף אינגאנצן. הייבט היינט אן צו פלאנען ווייטער.
אין די אמעריקאנער ארמיי איז דא א סלאגאן: “די איינציגע גרינגע טאג איז געווען נעכטן,” גרייט זיך צו פאר די מארגנדיגע ארבעט.