אינעם פריערדיגן קאפיטל האבן מיר גערעדט איבער דעם חילוק צווישן “טרעפיק” און “שייכות”. אין די קומענדיגע שורות וועלן מיר אריינגיין אין מער פרטים איבער די חילוקים צווישן די פארשידענע סארטן טרעפיק, און מיר וועלן אנהייבן מיט “ארטיקל מארקעטינג”.
ארטיקל מארקעטינג איז זייער א באליבטע מהלך ביי אינטערנעט מארקעטערס, וויבאלד ס’איז זייער גרינג צו טון און ס’איז זייער א גראדע וועג. אסאך אינטערנעט מארקעטערס האבן צום ערשטן מאל פארקויפט זייער פראדוקט דורך ארטיקל מארקעטינג.
דערפאר וועלן מיר אויסשמועסן די פרטים וויאזוי מ’קען דאס בעסטע אויסנוצן דעם סארט טרעפיק.
גארנישט האלט אייך נישט אפ פון אנפאנגען צו שרייבן אן ארטיקל שוין יעצט. איר קענט עפענען א פשוט’ע “ווארד פייל” און אנהייבן צו שרייבן וועגן אייער פראדוקט. ווען איר זענט פארטיג דערמיט, קענט איר דאס אריינשיקן צו אן “ארטיקל דירעקטארי”. איינע פון די באקאנטע ארטיקל דירעקטאריס איז EzineArticles.com. ס’זענען דא הונדערטער ארטיקל דירעקטאריס אויף די אינטערנעט, אבער דאס איז די מערסטע באקאנט און באנוצט צווישן אינטערנעט מארקעטערס.
איר קענט אויך שרייבן ארטיקלען אויפ’ן וועבסייט זעלבסט. איר עפנט אויף אן אקאונט, און ווען די אקאונט איז אפן קענט איר אנהייבן צו שרייבן אינעם באשטימטן פלאץ.
איינע פון די וויכטיגסטע זאכן פון ארטיקל מארקעטינג איז דער “בייא באקס”, וואו איר לייגט אריין א לינק צו דעם פראדוקט אדער סערוויס וואס איר ווילט פארקויפן. דאס איז אייער איינציגסטע אויסזיכט אז די וואס ליינען דאס זאלן גיין באזוכן אייער וועבסייט און האפנטליך ווערן א קאסטומער.
ס’איז אויך וויכטיג צו לייגן א פאסיגע קעפל, און בעסער איז צו לייגן א קעפל וואס זאל ציען דעם ליינער’ס אויג. איר קענט אים מאכן נייגעריג, גערעגט, אדער סיי-וואס אז ס’זאל אים ציען צו ליינען. ווען מ’וועקט אויף די געפילן פונעם ליינער, פארזיכערט מען דערמיט אז ער זאל אפליינען די גאנצע. אויב לייגט איר אריין דערין דעם הויפט “קיווארד” פון וואס איר שרייבט, וועט דאס אויך העלפן צו כאפן דעם ליינער’ס אויפמערקזאמקייט.
זעלבסטפארשטענדליך אז דער אינהאלט פונעם ארטיקל דארף אויך זיין רעלעוואנט צום פראדוקט. אויב איז עס סתם אויפגעבלאזן און באשטייט פון לופט, אן קיין ערנסטע שייכות צום הויפט טעמע פונעם פראדוקט, וועט עס נישט אנגענומען ווערן דורכ’ן ארטיקל דירעקטארי. די גרויסע ארטיקל דירעקטאריס, צב”ש די דערמאנטע EzineArticles.com, האבן מענטשן וואס ליינען דורך די ארטיקלען, ממילא דארפט איר מאכן זיכער זיך צו האלטן צו זייערע פארשריפטן.
“ארטיקל מארקעטינג” איז געווענליך א שפיל מיט נומערן. נישט יעדע פון אייערע ארטיקלען וועלן געלייענט ווערן און באקומען די נויטיגע אויפמערקזאמקייט, און נישט ביי יעדע געלייענטע ארטיקל וועט דער ליינער קליקן אויפ’ן לינק אינעם “בייא באקס”. דערפאר דארפט איר שרייבן אסאך ארטיקלען אז ס’זאל זיך אנהייבן צו דערקענען.
נישט אלע אייערע ארטיקלען וועלן באקומען א גוטן “ראנג” דורך גוגעל, אבער איבער דעם וועלן מיר רעדן אין די שפעטערדיגע לעקציעס.
ארטיקל מארקעטינג
7 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
http://www.balboos.com/content/2012/03/ארטיקל-מארקעטינג/ קאפיע אין ארכיוו
שווער צו גלייבן אז איינער זאל נתפעל ווערן פון א ארטיקל אויף איזיין.
איך קוק אן איזיין ארטיקלען ווי א הויפן פון גארביזש, און איך מיין אז יעדער ערפארענער אינטערנעט באנוצער ווייסט אויך פון דעם סוד.
חוץ אפשר אז מען טארגעא אומוויסענדע מענטשן.
איך בין ניי צו די בעל בית, פיינע סחורה.
לוזער מענדל, ער מיינט לכאורה די SEO חלק, נישט די לינק אליין, די פראגע איז אויב עס איז נישט קיין נאן פאלאו לינק.
נחום, איז דאס טאקע דיין כונה?
first i had some great experiences using article marketing for seo benefits
my sites started to rank very fast once i had some articles in some article sites
i didnt use just Ezine
i used some software that published it to alot of article directories (and it was done even after Panda)
now after Google Panda update its clear that it lost some of it effectiveness but it still gives u some link juice
here is what ezine articles write themselves about the nofollow link
http://blog.ezinearticles.com/2011/02/search-engine-algorithm-changes.html
but please note that its always good to have no follow links as well, check out the following discussion on one of the main internet marketing forums
http://www.warriorforum.com/main-internet-marketing-discussion-forum/541180-there-any-value-ezinearticles-no-follow-links.html
הייסט אז דו מיינסט טאקע נאר SEO, איז דאך לוזער מימדל גערעכט.
פון דיין שרייבן קוקט בכלל נישט אויס ווי דו רעדסט פון SEO. דו לייגסט עס אראפ ווי גלייך עס גייט בפועל ברענגען קאסטומערס.
דארפסט ווען זיין מער קלאר דערוועגן, מתחילים ווערן נאר צומישט.
when doing article marketing u have both benefits
Ezine Articles has millions of visitors a month, people go there because they need info, not to give other site a seo boost,
all articles that speak about Ezinearticle and article marketing are talking about both benefits
1- u get visitors from ezine (plus the visitors are more quality visitors because they started to read already what u are all about)
2- it gives your seo some link juice
here is an example of such an article
http://www.squidoo.com/boosting-website-traffic-with-ezine-articles