סאפטוועיר

3 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: סאפטוועיר · דורך: יוחנן שיף · וואך: כי תשא תשע"ב · בעל-בית נומער: 62 · דאטום: 2012-03-05
http://www.balboos.com/content/2012/03/סאפטוועיר/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
סאפטוועיר

Windows 8
Microsoft

פארגאנגענע וואך איז ארויסגעקומען די לאנג ערווארטעטע ווינדאוס 8 “קאסטומער ריוויא ווערסיע”.
עס מיינט אז עס נאך נישט %100 פערטיג, אבער גענוג גוט פאר מענטשן צו פרובירן און נוצן. פארשטייט זיך אז אויב מען טוט ערענסטע ארבעט אויפן קאמפיוטער איז ראטזאם נישט איינצושטעלן, ווייל עס קען זיך מאכו אפטער א קרעש אדער אנדערע פראבלעמען.
די חידושים וואס מען זעט די מערסטע איז די ראדיקאל נייע “יוזער אינטערפעיס” עס איז אינספערירט פון די מאדערענע טאבלעטס און פאונס וואס זענען לעצטענס זייער פאפולער, מייקראסאפט צילט אז מען זאל נוצן די נייע אינטערפעיס וואס זיי רופן “מעטרא” רוב צייט, אבער אויב מען דארף קען מען צוריקבאקומען די אלטע טראדיציאנאלע אויסקוק.
אינסטולירן נאטיץ: מען דארף עס בוירנען צו א DVD און דערנאך אינסטולירן אויפן הארד דרייוו, מען מוז נישט אויסמעקן די יעצטיגע ווערסיע פון ווינדאוס, מען ברויך אבער מאכן א נייע פארטישאן אויפן הארד דרייוו.
ווער עס ווייסט נישט וואס ער טוט זאל עס בעסער נישט פרובירן, נאר אויב מען קען באשטיין איינצושטעלן צו פארלירן די פיילס וואס מען האט יעצט אויפן קאמפיוטער (מען קען פרובירן א בעקאפ אויף א אינדערויסנדע הארד דרייוו).
א לענגערע באשרייבונג איבער ווינדאוס 8 וועט נאכפאלגן ווען עס וועט האלטן נענטער צום ארויסקומען, בעזהי”ת.

http://windows.microsoft.com/en-GB/windows-8/download

*

TelePort

Intel

איך ווארט שוין צוויי יאר פאר אזא סארט פראגראם, ענדליך איז עס אנגעקומען דורך אינטעל, און עס איז נאך בחנם אויך.
דורך טעלע-פארט קען מען באהעפטן א אנדרואיד פאון צום קאמפיוטער דורך וויי פיי און נוצן די קאמפיוטער קיבאורד צו שיקן און באקומען טעקסט מעסעזשעס דורך די פאון.
מען קען אויך נאכקוקען קאנטעקטס, און זען די קאלער איי. די. ווען איינער רופט.
עס איז אויסגעצייכענט ווען מען איז ביי די ארבעט און מען וויל נישט זיין ביזי מיט די פאון (מראית העין).

https://market.android.com/details?id=com.intel.teleportextender

*

One Note

Microsoft

מייקראסאפט האט יעצט ארויסגעגעבן די לאנג ערווארטעטע One Note עפפ פאר ענדרואיד!
One Note אויפן קאמפיוטער איז זייער פאפולער. עס איז איינס פון די מייקראסאפט אפיס פראגעמס.
די עפפ קען סינקען פיילס מיטן קאמפיוטער און די קלאוד דורך סקיי דרייוו.
עפפס פאר ווינדאוס פאון און אייפאון זענען שוין געווען צו באקומען.

https://market.android.com/details?id=com.microsoft.office.onenote

י״א אדר תשע״ב at 12:23 pm#2
סאפטוועיר

I like this new section
Keep it for every week

י״ב אדר תשע״ב at 1:16 am#3
סאפטוועיר

די צוויי ענדרואיד עפפס זענען פיינע נייעס.
בעיקר טעלעפארט ארבעט זייער גוט ביי מיר, מיין איינציגסטע פראבלעם איז אז איך דארף יעדעס מאל אנצינדן די ווייפיי. א שאד אז עס קען נישט ארבעטן דורך די רעגולער 3G אויטאמאטיש