פארוואס כאפט איר נישט?

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: ויקרא תשע"ב · בעל-בית נומער: 63 · דאטום: 2012-03-19
http://www.balboos.com/content/2012/03/פארוואס-כאפט-איר-נישט/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
פארוואס כאפט איר נישט?

ווילט איר אויסלערנען נייע טאקטיקן אדער שטריכן פאר אייערע איינגעשטעלטע? ווילט איר אליינס זיך אויסלערנען עפעס און משום איזה סיבה געלונגט דאס נישט?

פאלגענד איז א ליסטע פון די פיר פאזעס פון קונה זיין נייע שטריכן:

1. אומבאמערקטע אומגעלונגענקייט: קודם ווייסט איר אליינס נישט וואס איר ווייסט נישט.

2. באמערקטע אומגעלונגענקייט: נאכדעם הייבט איר אן איינזעהן וואס איר ווייסט נישט.

3. באמערקטע געלונגענקייט: איר הייבט זיך אן באניצן מיטן נייעם שטריך און דאס נעמט עטוואס פלאג.

4. אומבאמערקטע געלונגענקייט: דער נייער שטריך ווערט ענדליך א חלק פון אייך און איר באמערקט אפילו נישט ווען איר באניצט זיך דערמיט.

לאמיר אנקוקן דעם ליסטע און דאס צושטעלן צו א פראקטישער דוגמא: איר ווילט איינעם אויסלערנען ווי אזוי צו אויפזעהן א ביזנעס ריכטיג.
אין דעם ערשטן פאזע, פרובירט יענער צו טוהן וואס ער קען אבער ער זעהט נישט איין אז עס זענען באמת פארהאן פיל בעסערע טאקטיקן. ער ליידט אויף א פעלער פון אינפארמאציע- ער ווייסט נישט אז ער ווייסט נישט. ווי אזוי קענט איר אים רוקן צום נעקסטן פאזע? איר קענט האבן א מיטונג מיט אלע איינגעשטעלטע אדער אויפזעהערס און איבערגעבן נייע אינפארמאציע.
דורך טרענירן דעם אויפזעהער, האלט ער שוין ביים צווייטן פאזע. ער ווייסט אז ער האט ביז יעצט נישט געוואוסט ווי צו פירן א ביזנעס ריכטיג, אבער ער ווייסט נאכנישט פונקטליך וואס מער ער קען טוהן. ווי אזוי קענט איר אים רוקן נאך אפילו ווייטער צו דעם פאזע אין וואס ער טוהט וואס מען פארלאנגט פון אים, כאטש ער דארף זיך נאך קאנצענטרירן דעראויף?
דער בעסטער וועג דאס צו אויפטוהן איז דורך זיין א דוגמא פאר יענעם און אים קלאר מדריך זיין. דורך ערקלערן די טאקטיקן און אים געבן צו פארשטיין וואס זיי טוהן אויף, וועט דער אויפזעהער זיך צוביסלעך איינגעוואוינען זיך צו באניצן מיט זיי. אזוי וועט די נייע אינפארמאציע מיט די צייט ווערן א חלק פון יענעם’ס ארבעט און ער וועט זיך באניצן מיט דעם אן אריינטראכטן דערין, אנקומענדיג צום בעסטן פאזע.