דעת בעל בית

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: דעת בעל הבית · דורך: ליינער · וואך: ויקרא תשע"ב · בעל-בית נומער: 63 · דאטום: 2012-03-19
http://www.balboos.com/content/2012/03/דעת-בעל-בית-44/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
דעת בעל בית

בנוגע זיך לערנען א פאך (דעת בעל בית תצוה תשע”ב)
איבער דעם וואס א ליינער שרייבט אז אויב איז אמת אז מ’דארף לערנען אן אומנות ווי די גמרא הייסט דאן פארוואס האבן די רבנים אונז נישט געלערנט דאס צו טאן? זייער פשוט. ביז פאר די מלחמה איז נישט געווען פארוואס זיך צו לערנען, אדער בעסער געזאגט די עיקר ארבעט ביי די אידן איז געווען זאכן וואס מ’האט זיך נישט געדארפט לערנען צופיל, וויצב”ש שניידעריי א.ד.ג. די וועלט האט זיך געטוישט און היינט איז ממש א הכרח צו לערנען. אין צוגאב איז היינט דער סטאנדארט געפערליך געשטיגן און דער מציאות איז אז אונז לעבן א פיל ברייטערן לעבן ווי אונזערע עלטערן, ביי דעם פארשטייען מיר אז “צייטן זענען אנדערש” ווייל ס’איז טאקע. נו מוז מען זיך לערנען ארבעט.
און די גמרא איז א גמרא! וואס אונזערע רביס האבן געפילט פאר וויכטיג צו פסקנן הוראות שעה (אויב זיי האבן אפילו געפסקנט…. מיר דוכט זיך אז סאיז פשוט נישט געווען וואס צו לערנען, און “מלמדו אומנות” האט טאקע יעדערער מקיים געווען לויט זיין שטאפל, דער שניידער, דער בעקער אדג). מען קען נישט אוועקנעמען דעם היינטיגן מציאות, נאכדערצו ווען די גמרא זאגט עס.
נפתלי
מיני ווען פענסטער, זייט פארזיכטיג
גאר אסאך עקסידענטן ווערן באריכטעט די לעצטערע יארן מער ווי אין די פארגאנגענהייט, און די סיבה דערפאר ווערט אנגעגעבן צוליב די מערהייט פון די באפעלקערונג, און צוגלייך די מערהייט פון דרייווערס. עס איז ריכטיג אז אט די צוויי זאכן זענען די עיקר סיבה דערפאר, אבער דאס איז נאך נישט אלעס. עס האט זיך ארויסגעשטעלט נאך א שטארקע סיבה און גורם וועלכע איז א שולד אין די עקסידענטן, אט לייענט:
אין די פריערדיגע יארן זענען מערסטנס געדרייווט געווארן קארס, קלענערע און גרעסערע, און אין די לעצטערע יארן האבן די מיני ווענס איבערגענומען דעם אויבערהאנט, די וועגן זענען איבערגעפילט און פארפלייצט מיט מיליאנען מיני ווענס, איבערהויפט ביי אידן.
די מיני ווענס זענען אזוי דיזיינט געווארן אז די מאלדינגס ביי ביידע זייטן פון דעם גרויסן פראנט ווינדוי פון די קאר זענען זייער דיק, כאטשיג צוויי מאל אזוי דיק ווי עס איז ביי א קאר, און אויך איז עס אנדערש ווי ביי א קאר אז די מאלדינג פון די פראנט ווינדוי איז שטארק שיף, און דאס איז גורם אז ווען א מיני ווען דרייט זיך איין ביי א גאס זעהט ער זייער ווייניג אויף זיין לינקע זייט צי א מענטש גייט דארטן אריבער.
דאס איז א פאקט וואס יעדער דרייווער פון א מיני-ווען וועט דאס באשטעטיגן און עדות זאגן דערויף. און דאס איז א פאקטישער גורם אויף גאר אסאך עקסידענטן וואס עס פאסירן.
ווער רעדט נאך ווען עס גייט א רעגן, דאן ווערט אסאך קלענער דער חלק פונעם פראנט פענסטער וואו מען קען ארויסקוקן. סיי צוליב די רעגן וועלכע פארדעקט דעם פענסטער פון איין ווייפער וויש צו די צווייטע ווייפער וויש, און די ווייפערס ווישן בכלל נישט אפ דעם גאנצן פענסטער, ביי די זייטן פונעם פענסטער בלייבט דער פענסטער אומבארירט און עס איז אוממעגליך צו קענען זעהן ווען איינער גייט אריבער.
מענטשן זאלן נישט טראכטן און זיך פארלאזן אויפן א דרייווער אז ער זעהט און ער וועט שוין אכטונג געבן, דאס איז א גרייזיגע מחשבה און מען שטעלט איין דערמיט דעם אייגענעם לעבן. און אויב איר פארלאזט זיך אויף נסים און די נסים קומען חלילה נישט אן, דאן שטעלט איר אין א סכנה נישט נאר זיך אליין, נאר אויך טאטע מאמע, ווייב און קינדער, גאנצע משפחות און דורות, אלעס וועגן אזא קלייניגקייט, ה’ ישמרנו.
נאך א זאך וועלכע שטערט די מיני ווען דרייווערס צו זעהן ביי די זייטן, דאס זענען די גרויסע שפיגלעך, פיל גרעסערע ווי ביי די קארס. יעדע קלייניגקייט פאר זיך פארמינערט דעם זעהונגס ציל פונקט און דער דורכגייער איז אויסגעשטעלט צו א שרעקליכע סכנה.
עכ”פ, סיי דער דרייווער און סיי מענטשן זאלן זיין געווארענט דערוועגן. און אפשר איז שייך מעורר צו זיין די קאר פירמעס דערוועגן.
(-)
קאמענטארן אויף ארטיקל מארקעטינג (אנליין מסחר 12 כי תשא תשע”ב)
בנוגע וואס נ. ארנשטיין האט רעקאמאנדירט צו נוצן ezine.com צו מארקעטן א וועבסייט.
שווער צו גלייבן אז איינער זאל נתפעל ווערן פון א ארטיקל אויף איזיין.
איך קוק אן איזיין ארטיקלען ווי א הויפן פון גארביזש, און איך מיין אז יעדער ערפארענער אינטערנעט באנוצער ווייסט אויך פון דעם סוד.
חוץ אפשר אז מען טארגעט אומוויסענדע מענטשן.
לוזער מענדל

דער שרייבער מיינט לכאורה די SEO חלק, נישט די לינק אליין, די פראגע איז אויב עס איז נישט קיין נאן פאלאו לינק.
וועב דעוועלאפער

ענטפער פון נ. ארנשטיין: ראשית איך האב פערזענליך געזען גאר גוטע SEO רעזולטאטן דורך ארטיקלען וועבסייטס, איך האב גענוצט מערערע נישט בלויז איזיין. (איך האב גענוצט א ספעציעלע סאפטוועיר דערפאר).
און דאס איז געווען שוין נאך גוגל’ס “פאנדא” אפדעיט וואס האט עטוואס רעדוצירט די רעלעוואנץ פון ארטיקלען. אבער עס איז נאך אלץ הילפבאר.
בנוגע non follow לינקס, איז גוט צו האבן פון דעם אויך.
קליק אויף די לינק אונטען פאר מקורות אויף די צוויי אויבנדערמאנטע נקודות.

http://balboos.com/content/?p=3345

****************
רעדאקציע: מיר ווילן אנמערקן אויף נאך עטליכע אינטערעסאנטע שמועסן וואס זענען פארגעקומען אנליין, נאר מיר קענען נישט אלעס אראפברענגען.
אט זענען עטליכע לינקס.
אינפארמאציע און דיסקוסיע: אוטלוק לעומת וועב-מעיל

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=315

געזוכט: סיסטעם פאר א היים טעלעפאן

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=318

הילף: פאר א נייע אנדרואיד באנוצער

http://balboos.com/forum/showthread.php?tid=181&page=13