באצאלן פאר טרעפיק

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: אנליין מסחר · דורך: נ. ארנשטיין · וואך: ויקרא תשע"ב · בעל-בית נומער: 63 · דאטום: 2012-03-19
http://www.balboos.com/content/2012/03/באצאלן-פאר-טרעפיק/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
באצאלן פאר טרעפיק

אינעם פריערדיגן ארטיקל האבן מיר גערעדט פון איינע פון די פאפולערסטע וועגן פון אומזיסטע טרעפיק, וואס דאס איז “ארטיקל מארקעטינג”.
אצינד וועלן מיר רעדן איבער “באצאלטע טרעפיק”, נעמליך “פעי פער קליק” און “ווירטואלע קלאסיפיידס”.
באצאלטע טרעפיק איז שטארק פאפולער, וויבאלד ס’איז דא מענטשן וואס זעען רעזולטאטן ממש געציילטע שעה’ן נאכ’ן אינוועסטירן דאס געלט. אבער מער מאל וועלן מענטשן נישט מאכן געלט דערפון ווי יא, און דערפאר איז דאס נישט רעקאמענדירט פאר מענטשן וואס זענען נאך ניי אינעם פעלד פון אינטערנעט מארקעטינג, און מ’זאל דאס נישט פרובירן בעפאר מ’האט אביסל עקספיריענס אינעם מארקעטינג פעלד.
אלס ביישפיל וועלן מיר אנווייזן אויף “פעי פער קליק” פון גוגעל, און די אדווערטייזינג נעטווארקס פון אנדערע “סוירטש ענדזשינס” ארבעטן אויף אן ענליכן וועג. “פעי פער קליק” מארקעטערס פארלייגן זיך אויף ספעציפישע גרופעס פון “קיווארדס”, צו פרובירן צו שטייגן אין ראנג אין די רעזולטאטן פון די סוירטש ענדזשינס.
צב”ש, אויב לייגט איר אריין אין גוגעל די ווערטער “וויאזוי צו פארלירן וואג”, וועט איר זעהן נישט בלויז די “נאטורליכע ליסטינגס” אלס רעזולטאט פון “סוירטש ענדזשין אפטימיזעישאן”, נאר איר וועט אויך זעהן באצאלטע רעזולטאטן ביי די רעכטע זייט, וועלכע האבן געווענליך א לייכטן שאטן.
די ווערד פון די רעזולטאטן ווערט געשאצט לויט ווי אויך זיי זענען אויף די ליסטע. ווי העכער אייער פראדוקט איז אויף די ליסטע, אלץ מער איז דאס ווערד, ווייל מענטשן וועלן ענדערש קליקן אויפ’ן ערשטן לינק ווי אויפ’ן זעקסטן לינק.
כדי צו קענען זיין הויך אויף די ליסטע, דארף מען נאכקומען עטליכע פארשריפטן.
ערשטנס, אייער פראדוקט דארף זיין רעלעוואנט צו די ווערטער וואס דער זוכער האט געזוכט. אויב פארקויפט איר סטאקס און באנדס, און איינער זוכט אינפארמאציע וויאזוי צו פארלירן וואג, וועט אייער פראדוקט זעלבסטפארשטענדליך נישט ארויפקומען.
צווייטנס, איר דארפט האבן דעם העכסטן “ביד” אויפ’ן קיווארד וואס איר פרובירט ארויפצורוקן. עפ”י רוב זענען דא אסאך מענטשן וועלכע פארמעסטן זיך צו באקומען דעם העכסטן פלאץ אויפ’ן זעלבן קיווארד. איר דארפט באשליסן וויפיל איר זענט גרייט צו צאלן יעדעס מאל וואס עמיצער קליקט אויף אייער “פעי פער קליק” עד. דער וואס איז גרייט צו צאלן דאס מערסטע געלט, איז געווענליך דער געווינער.
דריטנס, איר דארפט אויפבויען א גוטע רעפוטאציע מיט גוגעל זעלבסט. די “פעי פער קליק” אדווערטייזמענטס ווערן איבערגעקוקט און דורכגעזיפט טעגליך, צו פארזיכערן אז מענטשן נוצן נישט אויס דעם סיסטעם אויף קרומע וועגן. אייער מארקעטינג דארף זיין באמת הילפבאר פאר מענטשן, און אויפ’ן לינק זאל נישט אויסקוקן צו שטארק ווי איר זוכט צו פארקויפן עפעס.
אויב האט איר א גרויסן בודזשעט און איר ווילט זיך אריינלייגן אין “פעי פער קליק” אדווערטייזינג, זאלט איר דאס טון. איר וועט אפשר נישט מצליח זיין ביים ערשטן מאל, אבער בעז”ה וועט איר עווענטועל מצליח זיין און דער אינוועסטמענט וועט ברענגען רווחים. אבער מאכט זיכער אויסצוגעבן דאס געלט און “בידן” מיט אן אחריות און א חשבון.
אינעם קומענדיגן לעקציע וועלן מיר רעדן איבער “ווירטואלע קלאסיפיידס”.