סטיוו זשאבס – 9

6 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: טעכנאלאגיע · דורך: יוחנן שיף · וואך: ויקרא תשע"ב · בעל-בית נומער: 63 · דאטום: 2012-03-19
http://www.balboos.com/content/2012/03/סטיוו-זשאבס-9/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
סטיוו זשאבס – 9

כאראקטער און מדות
אזוי ווי פיל גאר קלוגע מענטשן, האט זשאבס געהאט א שטארקע ביטול געפיל כלפי געווענליכע פשוטע מענטשן, א פערזאן וואס איז נישט געבענטשט געווארן מיט ספעציעלע חכמה אדער קענטעניסן האט ביי אים נישט תופס מקום געווען בכלל, און כמעט נישט געהאט קיין זכות קיום. שוין אפגערעדט אז ער האט נישט געקענט דולדען אזא איינעם.
לעומת זה, ווען ער האט ארויפגעקוקט איינעם, איז עס געווען מיטן גאנצן קראפט, אויב האט ער איינגעזען אין איינעם א געוויסע פעאיגקייט אדער געהערט פון יענעם א געדאנק וואס ער האט געהאלטן דערפון, האט ער פון אזא איינעם געהאלטן עולם ומלואו.
אזוי ארום האט זיך ארויסגעשטעלט אז זיין בליק אויף די מענטשהייט איז געווען -ווי מען רופט עס- “שווארץ אדער ווייס” אן קיין גרויע שטאפלען אינדערצווישן, אדער האט ער געהאלטן איינעם פאר א זשעני און א קאפ שטיק, אדער פאר א אפגעריסענע שוטה.
מען האט געקענט זיין א גאר א געלונגענע און גוטע ארבייטער, אויב האט מען נישט געהאט דאס מזל נושא חן צו זיין און זיינע אויגן, איז מען געבליבן אפגעסטעמפעלט ווי א נאר און קיינמאל נישט גענומען געווארן ערענסט דורך אים. דערפאר זענען זיינע ארבייטער אלץ געווען אונטער א געוואלדיגע דרוק, די וואס האבן נושא חן געווען, האבן אלץ געלעבט אין א פחד נישט צו פארלירן דעם סטאטוס, און די וועלכע זענען געווארן פאררעכענט ווי נאראנים האבן געוויסט אז סיי וואס זיי וועלן נאר טון אדער זאגן וועט ער אוועקמאכן מיט א ביטול.
נאך א גאר מאדנע כאראקטער שטריך איז געווען זיין מעגליכקייט צו טוישן מיינונג אין א אויגן בליק, מיט אזא בליציגע שנעלקייט אז פאר צושויער האט די קאפ געקענט אנהייבן צו שווינדלן.
דער אויבן דערמאנטער עפל אינזשעניר הערצפעלד דערציילט “ווען מען האט מיר דערציילט איבער סטיוו’ס נייגונג צו גלייבן אין זאכן וואס ער וויל אפילו ווען עס האט נישט קיין גרונט אין מציאות, האבן זיי מיר אויך געווארענט איבער זיין אומסטאבילע מיינונגען” זיינע נייע מיטארבעטער האבן אים ערקלערט “בלויז ווייל ער האט היינט געזאגט אויף עפעס אז עס איז מורא’דיג אדער אז עס איז געפערליך, מיינט עס בהחלט נישט אז מארגן וועט ער אויך אזוי האלטן… אויב זאגט מען אים א נייע געדאנק וואס ער האט נאך נישט אליין געטראכט, וועט ער געווענליך עס אוועקמאכן און שרייען אז עס איז נאריש, אבער אויב איז עס א גוטע געדאנק, וועט ער א וואך שפעטער עס אליין אויפברענגען ווי גלייך עס איז געווען זיין אייגענע איינפאל”.
ברוס הארן, א גלענצענדע פראגראמער פון זעראקס פ.א.ר.ק.וועמען עפל האט אריינגעכאפט צו זיך, דערציילט, עס האט אפט פאסירט אז איך האב אים געזאגט א איינפאל איין וואך און זשאבס האט מיר טרוקען געזאגט אז עס איז משוגע… א וואך דערנאך האט ער מיר געקענט זאגן, הער נאר, עס איז מיר איינגעפאלן א געוואלדיגע געדאנק – און עס פלעגט זיין מיין איינפאל פון לעצטע וואך… איך האב עטליכע מאל געזאגט “סטיוו, איך האב דיר דאך דאס געזאגט א וואך צוריק” און ער פלעגט זאגן, “יא, יא, יא” און ווייטער אנגיין מיט זיינס.
זיין פערזענליכע באציאונג מיט מענטשן איז געווען זייער שווער און קאמפליצירט, ער פלעגט אסאך שרייען אוועקמאכן און פערזענליך אראפקלאפן. ער איז געווען א געוואלדיגע מבין אויף מענטשן און פארשטאנען צו יענעמס שוואכקייטן, און עס אויסגענוצט צו עמאציאנעל מאניפיולירן זיינע ארבייטער אים צו פאלגן און נאכגיין דורך קאמפלימענטירן און דערנידערן לויט ווי ער האט געהאלטן אז עס וועט די בעסטע ארבעטן. ער האט געהאט אלע קענטעניסן פון א געלונגענע כאריזמאטישע פירער, ער האט פולקאם און ערפאלגרייך פסיכילאגיש געפירט זיינע ארבייטער אויף זיין וועג, זיי געמאכט פילן אנגעוויזן אויף זיין הסכמה און גוט ווארט, און גלייכצייטיג ציטערן פון זיינע אויסברוכן אויב האט מען נישט ערפילט זיינע ערווארטונגען.
זייענדיג א געוואלדיגע פערפעקשאניסט פלעגט ער פיל קריטיקירן, און די ארבעטער פלעגן ווערן זייער צובראכן און אנטמוטיגט דערפון, ער האט זיך בכלל נישט גערעכענט אז ער מאכט אוועק ארבעט פון צענדליגע שעות און געוואלדיגע יגיעה. אפט מאל האט אויסגעקוקט ווי ער איז ניטאמאל גערעכט מיט זיינע טענות. אבער מען האט זיך נישט געוואגט צו ענטפערן.
עס זענען אבער יא געווען אזעלכע וועלכע האבן זיך געוואגט אקעגנצושטעלן און אפענטפערן, און מסביר זיין אז ער איז נישט גערעכט מיט זיינע טענות, זשאבס פלעגט עווענטועל איינזען אין זייער רעכט און לסוף ארויפגעקוקט די וועלכע האבן נישט מורא געהאט צו זאגן זייער אייגענע מיינונג און זיך האלטן דערמיט, ער האט זיי אפילו רעספעקטירט. און געווענליך האט ער זיי עווענטועל געגעבן בהויכע שליסל פאזיציעס.
ווי שווער עס איז געווען צו ארבעטן פאר אים, אזויפיל האט זיך עס אויסגעצאלט פאר מענטשן וואס האבן עס געקענט אדורכשוויצן. א טייל -געווענליך די מיט א ווייכערע כאראקטער- זענען צוברעקלט געווארן און זיך אפגעטראגן, א שטייגער ווי זשעף ראסקין (ווי מיר האבן שוין געשריבן אין סטיוו זשאבס-6 וארא תשע”ב), ווידעראום די מיט שטערקערע כאראקטערן, וועלכע האבן באוויזן אים צו אפענטפערן און זיך נישט לאזן ווען סטיוו איז נישט געווען גערעכט, האבן אייגענטליך הנאה געהאט און געבליט פון ארבעטן מיט אים.
ביל אטקינסאן דערציילט ווי פאלגענד, “איינמאל האט ער אריינגעשטורעמט צו איינע פון מיינע אינזשענירן אין אפיס, ער האט באטראכט די ארבעט און קאלט ערקלערט “דאס איז אפפאל!” יענער האט זיך נישט געלאזט, “ניין, דאס איז אייגענטליך די בעסטע וועג ווי אזוי מען קען עס מאכן” און דערביי האט ער ערקלערט פארוואס ער איז געקומען צו די החלטה, און זשאבס האט מסכים געווען.
אטקינסאן האט דאן געלערענט זיינע מענטשן, ווען זשאבס שרייט, דארף מען זיך פארשטעלן אז ער מיינט צו פרעגן “זיי מיר ביטע מסביר פארוואס האסטו אזוי געטון?”. צום סוף האט יענע אינזשעניר געטראפן נאך א בעסערע וועג ווי אזוי עס צו מאכן, טאקע צוליב דעם וואס זשאבס האט אים געטשאלענזשט. אטקינסאן האט ארויסגענומען דערפון “מען מעג אים אפענטפערן, אבער מען ברויך אים דאך אויסהערן, ווייל געווענליך איז ער פארט גערעכט”.
פארזעצונג קומט אי”ה

Series Navigation<< סטיוו זשאבס – 8
כ״ה אדר תשע״ב at 3:15 pm#2
סטיוו זשאבס – 9

אטקינסאן האט דאן געלערענט זיינע מענטשן, ווען זשאבס שרייט, דארף מען זיך פארשטעלן אז ער מיינט צו פרעגן “זיי מיר ביטע מסביר פארוואס האסטו אזוי געטון?”.

אוי איז דאס א וויכטיגע לעקציע אין לעבן, ווען מען הערט איינעם שרייען ברויך מען וויסן וואס ליגט אונטער דעם, צומאל א פראגע, צומאל קריטיק, און צומאל א צווייפלהאפטע רוף פאר אביסל אנערקענונג…

כ״ו אדר תשע״ב at 12:23 am#3
סטיוו זשאבס – 9

עקיבא דו ביזט גערעכט, אבער אחרי ככלות הכל איז יענער נאך אלץ א בהמה פארן שרייען, און איך מיין טאקע סטיוו זשאבס…

כ״ו אדר תשע״ב at 2:23 pm#4
סטיוו זשאבס – 9

יא, ווי מער איך לייען פון זיינע שטריכן, האב איך אים מער פיינט, כאטש א שטיקל שעצונג אויף זיינע פראדוקטן האב איך נאך אלץ.

מען דארף זיך טאקע לערנען פון יעדן, אבער א גוי בלייבט א גוי, קיינמאל נישט געארבעט אויף זיינע מדות, ממש א שרעק צו לייענען וואספארא “קאנטראלער” ער איז געווען, און וויפיל טאלאטפולע מענטשן האט ער ווארשיינליך פארלוירן דורך דעם (און מסתמא געגאנגען צו.. גוגל, ואס כידוע שטעלן זיי צו זייער א געשמאקע אטמאספערע פאר זייערע ארבייטער). בקיצור, פון דעם סטיוו’ס מדות רעות קענען מיר בלויז ארויסלערנען “וואס נישט צו טאן”.

כ״ז אדר תשע״ב at 3:20 am#5
סטיוו זשאבס – 9

האט יוחנן שיף א אינטערעסע סתם אזוי אראפצורייסן סטיוו זשאבס?
איך האב זייער הנאה פון די ארטיקלען, אבער די נעגעטיווע זאכן וואס איך ליין דא האב איך קיינמאל נישט געהערט.

כ״ז אדר תשע״ב at 2:55 pm#6
סטיוו זשאבס – 9

וואס עפעס זאל ער האבן א אינטערעסע אים אראפצורייסן? ער באשרייבט די פאקטן זייער שיין, ער זוכט אים פשוט נישט צו פארגעטערן אזוי ווי אנדערע היימישע זשורנאלן שרייבן מיט א קעלבערנע התפעלות און התבטלות פון יעדע געלונגענע גוי.
סטיוו זשאבס איז געווען א גאון אין געוויסע זאכן, אבער אזוי ווי שמעלקא שרייבט, אז מען ארבעט נישט אויף די מדות, בלייבט מען א בהמה, פרא אדם יולד.
און מיר קענען זיך טאקע אפלערנען פון אים פארשידענע זאכן, אבער נישט ארויפקוקען, ווייל אויף דעם וווייסן מיר שוין פון פרק, ומושל ברחו מלוכד עיר, דאס איז עפעס וואס איז ווערט צו ווערן ארויפגעקוקט. טאלאנטן ווערט מען געבוירן מיט.