טאיאטע האט דעם פארגאנגענעם חודש ארויסגעגעבן דעם נייעם איבערגעארבעטן טאיאטע קעמרי, וועלכע איז פון פאפולערסטע קארס אין אמעריקע פאר די לעצטע 23 יאר, פארקויפנדיג דערפון א טייל יארן איבער 400,000 שטיק א יאר. קיין איין אנדערע מיד-סייז סעדאן פארקויפט נישט מער. די האנדא אקארד איז די נאנסטע צו דעם נומער מיט בערך 375,000. (לעצטע יאר האבן זיי פארקויפט327,804 קעמריס).
די לעצטע ווערסיע טאיאטע קעמרי (פון 2005-2011) האט פארלוירן אביסל פון איר גלאנץ און כבוד, סיי נאכן באקומען נידריגע ראטעס פאר איר קוואליטעט וועלכע איז שטארק געפאלן, און שפעטער ווען עס איז פארגעקומען די גאנצע סומאטוכע פון די ברעיקס, און די קעמרי איז געווען צווישן די אפעקטירטע אויטאס. טאיאטע האט דעריבער פארשפראכן אז אויף 2012 וועלן זיי מתקן זיין אלע פראבלעמען, און זיכער מאכן אז זיי בלייבן אויפן שפיץ פונעם בארג.
אצינד איז דער אויטא ערשינען, און ווי פארשפראכן, איז די קוואליטעט שטארק פארבעסערט, גענוי ווי די אלטע געשמאקע טאיאטע קוואליטעט מיט וואס זיי זענען שטענדיג געווען באוואוסט. די עצם קאר איז נישט צופיל אנדערש פון די פריערדיגע, און אינדרויסן זעהט עס אויס גאר ענליך.
אבער אינווייניג איז פנים חדשות באו לכאן. עס פארט מער סמאד און אויך שטילער, און די סטירינג שפירט אביסל בעסער ווי די פריערדיגע אין די 6-צילינדער ענדזשינ’ס, אבער נישט קיין גרויסע חילוק (מיטן אויסנאם אויף די SE מאדעל וועלכע איז פיל פארבעסערט). זעלבסטפארשטענדליך אז אויך די מיילעדזש איז פארבעסערט און די נייע קעמרי פארנוצט נאך ווייניגער גאז ווי די פריערדיגע, וועלכע איז שוין לכתחילה אויך געווען גאר גוט אין דעם חלק. די 4-צילינדער ענדזשין (וועלכע 75% פראצענט קויפן) איז פארבעסערט מיט 3 מייל-פער-גאלאן. עס פארנוצט די ווייניגסטע גאז פון סיי וועלכע אנדערע מיד-סייז סעדאן. עס וועגט אויך ווייניגער. בלוטוט קומט אריינגעבויעט אין יעדע מאדעל, אפילו די גאר נידריגע.
כמעט אלע מאדעלן באקומען א סטיריא סיסטעם מיט א גרויסע 6 אינטשיגע סקרין, וואס וועט ווייזן פילע אינפארמאציע, און איז זייער געשמאק צו נוצן. מען קען עס אפגרעידן צו א סיסטעם וואס טאיאטע רופט “ענטאן” (Entune) וואס לייגט צו נעוויגעישאן און נאך פילע “עפפס” און אינטערעסאנטע אינפארמאציע. (זעה בילד).
טאיאטע קעמרי
1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
סעריע: דעם דרייווערס ווינקל · דורך: ליינער · וואך: ויקרא תשע"ב · בעל-בית נומער: 63 · דאטום: 2012-03-19
http://www.balboos.com/content/2012/03/טאיאטע-קעמרי/ קאפיע אין ארכיוו
http://www.balboos.com/content/2012/03/טאיאטע-קעמרי/ קאפיע אין ארכיוו