עס איז א פארגעניגן זיך נאכאמאל צונויפצושמועסען מיט אייך, חשובע ליינער, נאך א קורצע איבעררייס צוליב די פסח וואכן.
דער ליבער יום טוב פסח איז פאראיבער ווי אן אויגן בליק, די ביסל אזוי ערווארטעטע מנוחה האט זיך נארוואס אנגעהויבן, קוים מצליח געווען אויסצוציען אביסל די פארמאטערטע גלידער, און אט טרעפט מען זיך שוין ווידער צוריק ביי די ארבעט, איש איש במלאכה אשר המה עושים.
ויה”ר שתשרה שכינה במעשי ידיכם.
*
מיר זענען צופרידן צו באריכטן, בעיקר פאר די מעמבערס, אז די סיסטעם אויף די וועב זייטל וואס פארבינדט ארטיקלן וואס זענען צוטיילט אין חלקים ארבעט שוין פולשטענדיג, עס איז נאך שענער און בעסער ווי בעפאר, זע בילד.
*
מיר ווילן נאכאמאל דערמאנען איבער א ספעציעלע הנחה פאר אלע בעל בית ליינער, נישט בלויז פאר מעמבערס.
די בארימטע וועב-חבר פירמע האט געהעכערט זייער פרייז פון $3.95 צו $4.99 א חודש.
מיר האבן באוויזן אויסצוארבעטן מיט די פירמע אז בעל בית ליינער זאלן ווייטער קענען באקומען די אלטע פרייז פון $3.95 לכל הפחות ביז סוף פונעם קאלענדער יאר 12′.
צו באקומען די הנחה, נוצט די קיופאן קאוד BALBOOS2012
*
צו ערפילן די בקשה פון עטליכע מעמבערס, וועלן באצאלטע מעמבערס קענען באקומען די “פרינטעבעל” ווערסיע פי די עף אין אימעיל, גלייך מאנטאג צופרי צוזאמען מיט’ן ערשיינונג פון בעל בית. (כדי נישט צו באלעסטיגן די וואס ווילן נישט מערערע אימעילס, וועט איר דארפן פארלאנגן ארויפצוגיין אויף די ליסטע דורך אונז שיקן א אימעיל)
די רעגולער פי די עף ווערסיע ווערט ארויסגעשיקט שפעטער אין טאג (צוליב טעכנישע סיבות).
בכבוד רב
די פארוואלטונג