מיט אייערע אייגענע הענט?!

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: תזו"מ תשע"ב · בעל-בית נומער: 64 · דאטום: 2012-04-23
http://www.balboos.com/content/2012/04/מיט-אייערע-אייגענע-הענט/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
מיט אייערע אייגענע הענט?!

אפטמאל טוהן בעלי בתים קאליע מאכן זייערע פירמעס מיט זייערע אייגענע הענט. אודאי איז זייער וויכטיג אז א בעל הבית זאל האלטן פון זיך און האבן א שטארקער רצון, אבער, פאלגענד זענען עטליכע וועגן ווי ער קען מיט די אייגענע הענט קאליע מאכן זיין ביזנעס. פרובירט זיך צו דערווייטערן פון זיי:
1. טראכטן צי קליין
זענט איר צי פאקוסירט אויף יעצטיגע צילן, נאר טראכטנדיג פון דעקן די הוצאות? אודאי מוזסט איר זיכער מאכן אז די געלט קומט אריין ווען עס דארף און אז איר באצאלט וועמען עס קומט זיך, אבער אויב קוקט איר נישט אויפן גרעסערן בילד, וועט איר זיך דערוועקן אין 10 יאר ארום און באמערקן אז איר שטייט ביים זעלבן פלאץ ווי איר זענט היינט.
2. טראכטן צי גרויס
איך ווייס איר טראכט אז מיר האבן יעצט גערעדט אז טראכטן צי קליין שאדט פאר די ביזנעס, און צו טראכטן גרויס איז טאקע באוואוסט אלס איינע פון די עיקר טאקטיקן וואס האבן ארויפגעשטופט מענטשן אויפן לייטער צו סוקסעס, אבער טראכטן “צי” גרויס איז אויך נישט גוט. דאס מיינט, איר מוזסט זיין רעאליסטיש און פארשטיין וועלכע קליינע טריט איר וועט מוזן נעמען צו אנקומען ווייט.
3. זיין צי ביליג
אודאי קען א בעל הבית פון א קליינער פירמע נישט אויסגעבן צי פיל, אבער פילע בעלי בתים מאכן דעם באקאנטן טעות פון זיין צי פארנומען מיט יעדעס פרוטה. זיי אינוועסטירן די ווייניגסטע מעגליך ווען עס קומט צו טעכנאלאגיע אדער ארבעטערס, און דערנאך ערווארטן זיי ווער-ווייסט-וואס. א קלוגער מענטש ווייסט ווען עס לוינט זיך צו אויסגעבן אביסל מער פאר די גוטס פון דעם פירמע’ס וואוקס.
4. אראפנעמען אן אויג פון די געלט-פלוס
פונקט ווי מענטשן קענען זיין צי ביליג, זענען פארהאן מענטשן וואס פארגעסן אז זיי זענען נישט ביל געיטס און זיי האלטן נישט אן אויג צו זיכער מאכן אז זייער עיקר ציל זאל ערפילט ווערן. גלייך ווען איר באמערקט אז די געלט-פלוס גייט אויף אראפ, נעמט זיך אין די האנט אריין.
5. נישט אויסהערן אנדערע
איך האף אז איר האט איינעם וועמען איר הערט אויס- זאל דאס זיין אייער באנקירער, שותף, קאוטש, אדער אפילו בני בית. פרעגט זיי פאר עצות- און הערט זיי אויס. דאס מיינט נישט אז איר מוזסט טוהן יעדעס איינציגער זאך וואס איר הערט, אבער כאטש נעמט די צייט צו איבערטראכטן די בייפאלן. און געדענקט אז אויב הערט איר די זעלבע געדאנק פון פינעף מענטשן, נעמט אין אכט אז עס קען טאקע אפשר זיין א גוטע עצה.
6. נישט אויסהערן אייערע שטימעס
יא, איר מוזסט נעמען הדרכה פון אנדערע, אבער עס מוז אייך געפעלן אויך. בעלי בתים זאגן מיר כסדר אז די גרעסטע טעותים וואס זיי מאכן אין ביזנעס איז ווען זיי האבן זיך אליינס נישט געפאלגט און געגאנגען אנטקעגן זייערע אייגענע אינסטינקטן.
איר באמערקט זיכער אז אויף דעם ליסטע זענען דא דירעקטע קעגנערישע געדאנקען. דאס איז וויבאלד זיין א בעל הבית פארלאנגט פון דעם מענטש א דעליקאטער באלאנס. טרעפט דעם ריכטיגן באלאנס דורך אדורכטוהן דעם ליסטע יעדע פאר חדשים, און אייערע טשאנסעס פאר הצלחה וועלן זיך מיטאמאל פארמערן.