אינעם פריערדיגן ארטיקל האבן מיר גערעדט איבער באצאלטע טרעפיק וואס רופט זיך “פעי פער קליק”, ד.ה. אז איר באצאלט געלט פאר יעדעס מאל וואס עמיצער קליקט אויף אייער עד.
עס איז דא נאך א סארט באצאלט טרעפיק, וואס איז נישט אזוי פאפולער אבער דאס איז אויך א מהלך, און דאס איז “ווירטואלע קלאסיפיידס”.
ווען איר עפנט א צייטונג וועט איר טרעפן אן אפטיילונג וואס רופט זיך “קלאסיפיידס”, וואס געפינט זיך געווענליך אין די לעצטע בלעטער פונעם צייטונג. אין די קלאסיפייד בלעטער ערשיינען קליינע אדווערטייזמענטס פון צוויי סארטן: מענטשן זוכן צו קויפן, און מענטשן זוכן צו פארקויפן. אמאל איז דאס פראדוקטן און אמאל איז דאס סערוויסעס.
“ווירטואלע קלאסיפיידס” איז בערך די זעלבע זאך, נאר אנשטאט אינעם צייטונג ווערט עס געטון אויפ’ן אינטערנעט. עס זענען דא עטליכע גאר בארימטע קלאסיפיידס וועבסייטס, צב”ש
USfreeads.com
Gumtree.com
Craigslist.com
די לעצטע צוויי זענען מער באקאנט, אבער די ערשטע האט א מעלה וואס די אנדערע האבן נישט, אז מ’קען צאלן מער געלט צו זיין מער אויבנאן אויף די ליסטע.
די קלאסיפיידס אויף די וועבסייטס ווערן איינגעטיילט אין פארשידענע קאטעגאריעס. איר קענט אנפאנגען מיט אן אומזיסטע קלאסיפייד, אבער עס וועט ווארשיינליך פארלוירן ווערן צווישן די אנדערע אומזיסטע קלאסיפיידס וואס מענטשן לייגן ארויף טעגליך.
אויב האט איר נישט קיין אייגענע וועבסייט וואו מענטשן זאלן קענען אנקומען דורך א קליק אויף אן עד, איז קלאסיפיידס זייער א גוטע און אפעקטיווע וועג אנצופאנגען מיט אינטערנעט מארקעטינג.
איר דארפט נעמען אין באטראכט, אז פונקט אזוי ווי די געדרוקט קלאסיפיידס, זענען די ווירטואלע קלאסיפיידס אויך באגרעניצט צו א באשטימטע מאס ווערטער. ממילא מאכט זיכער אריינצולייגן די ריכטיגע ווערטער וואס זאלן איבערצייגן די ליינער אז איר האט צו פארקויפן דאס וואס זיי זוכן.
אוודאי דארפט איר נישט שרייבן אין דעם קורצן קלאסיפייד אלעס וואס איר האט צו זאגן. אויב האט איר א וועבסייט, קענט איר מאכן אז מ’זאל קענען אינעם קלאסיפייד דרוקן א לינק אנצוקומען צו אייער וועבסייט. איר קענט אויך לייגן א לינק צו “פעי פעל”, אז מ’זאל קענען דרוקן דערויף צו קויפן אייער פראדוקט און גלייך באצאלן.
אויף דעם סייט איז אויך דא “פרימיום מעמבערשיפ”, ד.ה. אז אייערע עדס וועלן מער ארויסשטארן צווישן אנדערע עדס, און ס’וועט פיל שנעלער און גרינגער באמערקט ווערן דורך מענטשן וואס באזוכן יענעם וועבסייט.
אויב פרובירט מען צו פארגלייכן “פעי פער קליק” מיט “ווירטואלע קלאסיפיידס”, איז די קלאסיפיידס זיכער ביליגער, אבער אויך ווייניגער אפעקטיוו, וויבאלד דאס צילט נישט דירעקט צו די קאסטומערס. “פעי פער קליק” אדווערטייזמענטס קאסטן מער געלט, אבער אויב האט איר א גוטן פראדוקט און אייער וועבסייט איז גוט צוזאמגעשטעלט, וועט דאס ברענגען מער רווחים.
אינעם קומענדיגן לעקציע וועלן מיר רעדן איבער די ברייטע פעלד פון “סוירטש ענדזשין אפטימיזעישאן” – אדער ווי ס’איז באקאנט אין קורצן מיט די ר”ת SEO.
א זעלטענע געלעגענהייט צו פארדינען שיין זייטיג געלט אנליין.
free 30 day coaching program
for more info email im@yiddishgelt.com