אין די היינטיגע טעכנאלאגישע וועלט האט מען שוין געהערט פון פארשידענע סארט סאפיסטיקירטע סערוויסעס וואס זענען גאר ניצבאר און געוואונטשן פאר קאסטומערס, ביזנעסלייט, קאמפאניס וכדו’. מ’האט שוין אויך געהערט פון ארויספירן די קאמפיוטער פון שטוב, אז מ’זאל פון דארטן אנפירן מיט די ביזנעס, צוליב טעכנישע סיבות אדער גאר צו האלטן די שטוב ריין פון אינטערנעט וכדו’.
אבער אז מ’זאל קענען היינט האבן סיי וואספארא ביזנעס, האבן די מעגליכקייט זיך צו קענען גענצליך אפגעבן בלויז מיט די ארבעט, און בכלל נישט דארפן זיין פארנומען מיט די זייטיגע ארבעט און גרויסע הוצאות פון אויפהאלטן א סעקרעטאר, בוקקיפער, מענעדזשער וכדו’, דאס איז ווירקליך א שטארקע דורכברוך, און אינטערסאנטע סערוויס וואס די פירמע “פיטעקס גרופ” שטעלט צו!
וואס איז דאס ‘פיטעקס קאל סענטער’?
ענטפער: “פיטעקס קאל סענטער” באשטייט פון א שטאב פון פראפעסיאנאלע און טרעינירטע סעקרעטארן, וואס פארטרעטן אייך.
דאס הייסט אז ביזנעסלייט אדער פריוואטע מענטשן וואס קענען זיך נישט ערלויבן אדער ס’לוינט זיך זיי נישט צוליב סיי וועלכע סיבה, אויפצוהאלטן א סעקרעטאר/אדער אן עקסטערע אפיס דערפאר, באקומען ביי אונז די זעלבע סערוויס, כאילו מיר זענען זיין סעקרעטאר, בוקקיפער וכדומה.
פון וועלכע סארט סערוויסעס איז די רעדע?
ענטפער: פון יעדע סערוויס וואס איר וואלט געדארפט האבן פאר די הצלחה פון אייער ביזנעס, למשל: אויפהייבן אייערע טעלעפאן קאלס, אננעמען ארדערס, פירן אייערע ביכער, און אזוי ווייטער. אין קורצן: פיטעקס טוט אלעס וואס וואלט געטון געווארן ווען איר האט ווען אן אייגענע אפיס, נאר פאר אסאך ביליגער…
א רגע, איך כאפ נאכנישט… דאס הייסט אז אויב איך וויל אז פיטעקס זאל ווערן מיין סעקרעטאר, דארף איך אדווערטייזן דעם נומער פונעם “קאל צענטער” אנטשאט מיין אייגענעם נומער?
ענטפער: ניין! איר קענט ווייטער אדווערטייזן אייער ביז-יעצטיגע נומער, און ווען א קליענט וכדו’ קאלט אריין, איז אנשטאט א סעקרעטאר זאל אויפהייבן “ביי אייך אין אפיס”, ווערט דער קאל אריבערגעפירט (געפארווערד) גלייך צום “קאל צענטער”, אן דעם וואס יענער זאל וויסן דערפון, און דער קאסטומער שפירט כאילו ער האט יעצט גערופן צו אייך אין אפיס.
דאס איז א געוואלדיגע דורכברוך, אבער וויאזוי קען דער “קאל צענטער” באהאנדלען די קאלס פון מיין ביזנעס? ווייסן זיי דען פונקטליך וויאזוי מיין ארבעט גייט צו און וואס עס זענען מיינע געברויכן, וואס יא צו זאגן און וואס נישט?
ענטפער: ווען פיטעקס זעצט זיך אראפ מיט אייך צום ערשטן מאל, גייען זיי איבער דעם מהלך פון אייער ביזנעס, און נעמען איבער אלע יסודות און אינפארמאציע וואס איר וואלט איבערגעגעבן פאר אייער סעקרעטאר וועמען איר נעמט אויף אייך ארויסצוהעלפן.
נאכדעם וואס פיטעקס האט אלע אינפארמאציע און איז גוט באקאנט מיט אייער ביזנעס, טרענירן פיטעקס זייערע ‘אייגענע’ סעקרעטארן, צו קענען פראפעסיאנאל באהאנדלן אייערע געברויכן.
אלע אינפארמאציע און אנווייזונגען וואס זיי דארפן צו געדענקען און צו וויסן ווען עס קומט אריין א טעלעפאן קאל פאר אייער ביזנעס, ווערט גלייך אריינגעלייגט אין קאמפיוטער. ווען א קאסטומער רופט אריין דעם נומער, קומט ארויף אויף די סקרין ביי פיטעקס די גאנצע אינפארמאציע פון אייער קאמפאני, וואס צו ענטפערן, וואו צו טרענספערן די קאלס ווען ס’פעלט אויס, אא”וו.
דער וואס רופט אריין ווייסט גארנישט אז ער רעדט צו א “קאל צענטער”, וויבאלד די איינגעשטעלטע ביי פיטעקס זענען גוט טרענירט און ווייסן די פונקטליכע אינפארמאציע און פרטים פון אייער ביזנעס.
מורא’דיג! און וואס טוט זיך מיט בוקקיפינג, קענט איר אויך פירן מיינע ביכער?
ענטפער: יא! דער “קאל צענטער” טוט דאס אויך! זיי קענען זיין סיי אייער סעקרעטערי, סיי אייער בוכהאלטער, מאכן אייערע אפוינטמענטס, נעמען מעסעדזשעס, צוריקרופן קאסטומערס, ארויסשיקן אינוואויסעס, “דעטע ענטרי”, ֹאון נאך.
אין קורצן: זיי נעמען איבער ‘אלע’ זייטיגע ארבעט, אז איר זאלט זיך קענען אינגאנצן אפגעבן נאר מיט אייער ביזנעס.
פאר וועלכע סארט ביזנעס איז דער “קאל צענטער” געאייגנט?
ענטפער: איר זאלט ענדערש פרעגן פארקערט: פאר וועלכע סארט ביזנעס נישט?… די קאל-סענטער איז געאייגנט פאר יעדן איינעם, סיי אלערליי ביזנעסלייט און סיי פאר פריוואטע מענטשן, וואס זוכן פאר סיי וועלכע צוועק, א געהילף, אדער א סעקרעטערי וכדו’, וואס זאל נעמען די טעלעפאן קאלס און צוהעלפן מיט די פריער דערמאנטע סערוויסעס, צום ביישפיל:
קאמפיוטער טעקנישאנס וואס זענען נישט אויף איין פלאץ א גאנצן טאג און קומען נישט אן צו טוען אלע זייטיגע ארבעט פון אפיס.
סעילסלייט, האלסעיל דיסטריביוטערס א.ד.ג. וואס פארן אסאך ארום אדער דארפן מער הילף איבערצונעמען טעלעפאן קאלס.
ביזנעס וועלכע ווערט געפירט דורך וועבסייטס אדער דורך פאָסט – קעטעלאגס, אין וועלכע קליענטן דארפן זיך קענען סיי ווען אימער פארבינדן מיט די פירמע און הערן דעטאלן איבער זייערע ארדערס, א.ד.ג.
עסקנים וואס אראנדזשירן סעמינארן א.ד.ג. און זוכן הילף אדער א נומבער וואו מ’קען זיך איינשרייבן.
מוזיקאנטן, זינגערס, בדחנים, א.ד.ג. וואס ווילן האבן א פראפעסיאנאלע נומער, וואו אינטערעסירטע זאלן קענען אריינקאלן רעזערווירן א שמחה וכדו’.
אינשורענס אגענטן א.ד.ג. וועלכע זענען אממערסטנס אנגעוויזן אויף סעקרעטארן צו דערמאנען און סקעדזשועלן אפוינטמענטס וכדו’.
קאלעקטערס און פאונד-רעיזארס וואס דארפן האבן הילף מיטן ארומרופן אדער מיטן אויפנעמען טעלעפאן קאלס.
און פאר יעדע סארט ביזנעסמאן וואס דארף האבן א סעקרעטאר און קען זיך נישט ערלויבן צוליב פארשידענע סיבות, צי אלס מאנגל אין געלט אדער מאנגל אין פלאץ וכדו’.
איז דער “קאל צענטער” צוגעשטעלט פראפעסיאנאל, אדער איז עס אזוי ווי איך וואלט גערעדט?…
ענטפער: אוודאי, עס איז גאר פראפעסיאנאל! די איינגעשטעלטע רעדן א זאפטיגן אידיש און פראפעסיאנאל ענגליש, און אויך אנדערע שפראכן לויט’ן פארלאנג פון די קליענטן און ביזנעסער וועמען מ’דארף רעפרעזענטירן.
נו סוף פסוק: וויפיל קאסט דער סערוויס א חודש?
ענטפער: עס איז דא פארשידענע ערליי פעקעדזשעס פאר פארשידענע פרייזן, געוואנדן לויט די קאסע און געברויך פון יעדע ביזנעס, אזוי אז יעדע ביזנעסמאן קען אויסארבעטן א צוגענגליכע פלאן וואס איז פאסיג פאר אים.
For more info call today
718.407.1700
or click here