קיינער איז נישט מחולק אז צו האלטן פראגרעם’ס אפדעיטעד איז א וויכטיגע זאך. הויפטזעכליך צוליב סעקיוריטי סיבות. אלטע פראגראמען קענען האבן זיכערהייט לעכער אויף וואס אפילו די בעסטע אנטי וויירוס פראגראמען קענען נישט צופיל העלפן.
חוץ מזה האט עס נאך פיל בענעפיטן, געווענליך וועלן אפדעיטס פאררעכטן באגס, צולייגן נייערע פיטשערס און מאכן די פראגראם שנעלער און מער רעספאנסיוו. פיל מאל וועט א פראגראם נאך א אפדעיט זיין א ממש א בחנה פון פנים חדשות באו לכאן.
איך האב אמאל געהערט נאכזאגן פון ביל געיטס אז סאפטוועיר איז קיינמאל נישט גענצליך פארטיג, ס’איז נישטא אזא באגריף, מען קען אלץ פאררעכטן, מאכן שנעלער, פארשענערן און צולייגן חידושים.
למעשה איז נישטא קיין גרינגע וועג וויאזוי צו האלטן פראגראמען אפדעיטעד, עס זענען דא געוויסע פראגראמען וואס אפדעיטן זיך אליין. מייקראסאפט האלט אפדעיטעד אירע פראגראמען דורך ווינדאוס אפדעיט, אבער די פאקט איז אז רוב פראגראמען אויף אייער קאמפיוטער זענען מן הסתם “אוט אף דעיט”.
מערקווירדיג, די פראבלעם איז טאקע שייך אין די פי סי מארקעט, אבער עקזיסטירט נישט אין די רעלאטיוו פיל אינגערע “מאביל” מארקעט, דארט איז דא א צענטראלע עפפ סטאר (עפל) אדער מארקעט – פלעי (אנדרואיד) א.א.וו. אוואו מען קען דאונלאודען און קויפן פראגראמען, און אזוי אויך ווערן די פראגראמען אפדעיטעד דורך דעם.
די קרעדיט פאר דעם קומט זיך פאר סטיוו זשאבס, פון עפל, ער האט אריינגעברענגט די קאנצעפט ביי די אייפאון, און עס געווארן נאכגעמאכט דורך די איבעריגע.
למען האמת, דארף ווערן אונטערגעשטראכן אז זשאבס, אזוי ווי ביי פיל אנדערע זאכן, איז נישט געווען ממש דער אויסטרעפער, עס האט שוין יארן פאר דעם עקזיסטירט אזא באגריף אויף די “לינוקס” אפערעטינג סיסטעם, באקאנט אלץ “פעקעזש מענעזשער”, אבער זשאבס האט עס אויסגעארבעט און אהערגעשטעלט אויף גאר א געשמאקע און נוצבארע אופן, און דאן האט עס יעדער נאכגעמאכט.
די געדאנק האט זיך ארויסגעשטעלט אזוי סוקסעספול אז עפל האט עס שוין אריבערגעברענגט אויך צו די מעק, און יעצט רישט זיך מייקראסאפט עס נאכצומאכן אויף די קומענדיגע ווינדאוס 8.
נאר אזוי ווי ביז די קרעטשמע ברויך מען אויך א טרונק, און שליסליך וועלן פילע ליינער בלייבן מיט פריערדיגע ווערסיעס פון ווינדאוס, איז כדי צו כאפן א בליק אויף עטליכע פראגראמען וואס ברענגען אביסל פון די מעגליכקייטן שוין יעצט.
עס איז וויכטיג צו באטאנען אז אנדערש פון די אפיציעלע עפפ סטארס -וואס ווערן צוגעשטעלט דורך די אפערעטינג סיסטעם פראדוצירער- זענען די פאלגענדע פראגראמען פיל מער באגרעניצט מיט די צאל פון פראגראמען, ווייל זיי האבן נישט די שטארקע באציאונגען מיט די דעוועלאפערס, ווי א שטייגער מייקראסאפט און עפל. און טייל ארבעטן אינגאנצן אויף די אייגענע האנט, ווי מיר וועלן שפעטער זען, דערפאר קענט איר נישט זיין הונדערט פראצענט זיכער נאכן אפדעיטן לויט זייערע אנווייזונגען, אז אלעס איז טאקע “אפ טו דעיט”.
אין א פאל וואס מען וויל זיין זיכער, איז די בעסטע עצה צו גיין צו די דעוועלאפער’ס וועב זייטל פון איטליכע פראגראם און דאונלאדען די שפעטסטע ווערסיע.
פאלגענד וועלן מיר שרייבן אביסל מער בפרטיות איבער די דריי בעסטע פראגראמען פאר דעם צוועק (לפי מיטב ידיעתי).
פייל היפא
די “פייל היפא אפדעיט טשעקער” איז ערצייגט דורך די פייל היפא וועבזייטל, אז מען רעדט שוין יא, איז כדי צו דערמאנען אז די זייטל איז א אויסגעצייכענטע פלאץ צו דאונלאדן פראגראמען, עס איז זויבער און פראפעסיאנעל, נישט אזוי ווי סי-נעט און אנדערע וואס זענען אנגעפיקעוועט מיט אדווערטייזמענטס און פארמאגן אלע סארט צווייפעלהאפטיגע מאטריאל, אפטמאל ענטהאלטן די פראגראמען ספייוועיר, און פיל מאל זענען זיי ווערטלאזע פארעלטערטע דריטע קלאס סחורה. פייל היפא האט בלויז קוואליטעט סחורה און געאייגענט פאר עדווענסד יוזערס. עס האלט אלע אלטע ווערסיעס אויך, אויב מען וויל אמאל צוריקטוישן צו א פריערדיגע ווערסיע, אויך א זייער פונקטליכע “טשענזש לאג” ביי יעדע פראגראם (נישט אלץ), צו זען וואס האט זיך געטוישט פון די פריערדיגע ווערסיע. עס איז מיין פערזענליכע אויסוואל ווען איך ברויך עפעס דאונלאדען.
שוין פאר עטליכע יאר שטעלן זיי צו וואס זיי רופן, א “אפדעיט טשעקער”, עס איז פיצקעלע פראגראם, זייער שנעל און זייער איינפאך, עס וועגט בלויז 200 קילאביטס און עס איז אויך דא ווערסיע וואס מען ברויך נישט אינסטולירן.
די פראגראם וואוינט אין די טעסק באר, כדי אנצוקומען צו די סעטינגס, אנהייבן א סקען אדער סיי וועלכע אנדערע מעגליכקייטן דארף מען רייט קליקן די אייקאן. ווען א נייע אפדעיט ווערט אוועליבעל וועט עס איינמעלדן דורך א פאפ אפ מעסעזש.
אויב מען וויל אז עס זאל אלץ ארבעטן, און מודיע זיין גלייך ווען עס איז דא א נייע אפדעיט, קען מען עס אנשטעלן אין די סעטינגס (אין די עדווענסד טעב) אז עס זאל אנהייבן צו ארבעטן ווען ווינדאוס הייבט זיך אן. איך פערזענליך טשעק מעניועלי מפעם לפעם, ווייל איך גלייך נישט צו האבן קיין איבעריגע פראגראמען ארבעטן אין די בעקגראונד.
ווען מען קליקט “ריסקען די קאמפיוטער” הייבט עס אן צו סקענען די קאמפיוטער, עס איז זייער שנעל, אויף מיין קאמפיוטער האט עס גענומען בלויז 7 סעקונדעס. דערנאך עפענט עס א נייע בלעטל אין די דיפאולט וועב בראוזער מיט א ליסטע פון אלע פראגראמען וואס זענען “אוט אף דעיט”, די פונקטליכע ווערסיע נומערן פון די אלטע און די נייע, און א לינק צו דאונלאדען די פרישע ווערסיע. די אפדעיט טשעקער האט נאך א אייגענארטיגע פיטשער, נעמליך, עס פרעזענטירט אויך א ליסטע פון פראגראמען וואס זענען נאך נישט אוט אף דעיט, אבער עס איז דא א נייע בעטא ווערסיע דערפאר, מיט א לינק דערצו, אויב וויל מען עס דאונלאדען.
לויט די ווינדאוס פראגראם צענטער, זענען אינסטולירט אויף מיין קאמפיוטער 137 פראגראמען. די פייל היפא אפדעיט טשעקער האט געטראפן בלויז 29, פון דעם זענען 21 געווען אוט אף דעיט. די סיבה דערפאר איז, פייל היפא טשעקט נאר פאר פראגראמען וואס זיי האבן אויף זייער וועב זייטל, ווייל ביי די פראגראמען ווייסן זיי ביי וועלכע ווערסיע עס האלט, די אלע באצאלטע פראגראמען פון די גרויסע פירמעס ווי אדאבי, מייקראסאפט און אטאדעסק וואס איך האב אינסטולירט, און אזוי אויך צענדליגע אנדערע קלענערע, געפינען זיך דארט בכלל נישט. און דערפאר קענען זיי עס נישט טשעקען.
http://filehippo.com/updatechecker/
המשך קומט אי”ה