דער לעצטער קויל

16 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: על דא ועל הא · דורך: יוחנן שיף · וואך: אמור תשע"ב · בעל-בית נומער: 65 · דאטום: 2012-05-07
http://www.balboos.com/content/2012/05/דער-לעצטער-קויל/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
דער לעצטער קויל

דאונלאעד פי די עף פון ארטיקל (צו פרינטן)
אז מען קומט פארלייגן פאר א ציבור א מיינונג, איז זעלבסט פארשטענדליך אז מען ברויך אראפלייגן די קרעדענשאלס אויפן טיש, לעיני כל ישראל, און אויפווייזן אז מען האט א שטיקל סמכות אריינצורעדן אין דעם ענין, און אז עס איז ווערט די עטליכע מינוט וואס מען וועט אינוועסטירן אויסצוהערן די מיינונג.
איך וועל נישט אראפלייגן מיין יחוס עצמי אדער זכות אבות, סוכ”ס, דארף דאך זיין “קבל את האמת ממי שאמרו”, אבער איך וועל יא אראפלייגן עטוואס מיין באקאנטשאפט און באהאווענטקייט אין דעם נידון וואס ליגט אויפן טיש.
*
פאר גענוי צען יאר צוריק – זומער תשס”ב- ווען די בארימטע עפל פירמע איז נאך געווען – רעלאטיוו – א אומבאדיידענטע פירמע אין טערמינען פון פארמעגנס און מארקעט שעיר, האב איך געראטן פאר עטליכע אינגעלייט צו אינוועסטירן אין סטאקס פון אט די פירמע, כאטש זייער מארקעט שעיר איז דאן געווען א וויץ, בערך איין פראצענט!
איבעריג צו זאגן אז די וואס האבן מיר דעמאלס געפאלגט האבן געזען געוואלדיגע רווחים. עפל איז היינט די רייכסטע פירמע אין די וועלט, און לויט אלע ווארשיינליכקייטן וועט זי זיין ביז א יאר צוויי די ערשטע פירמע אין די היסטאריע צו גרייכן די ווערט פון א טריליאן דאלער!
איך האב עס נישט פאראויסגעזאגט צוליב מיין באהאווענטקייט אין די סטאק מארקעט, איך האב נאך אין מיין לעבן נישט געקויפט קיין סטאקס, אבער מיין פארשטאנד אין די טעכנאלאגיע מארקעט האט מיר ערלויבט מער ווי איין מאל צו מאכן פארשידענע פרעדיקציעס וואס זענען אמייסטענס מערקווירדיג פארווירקליכט געווארן.
איך בין נישטא אויף קיין זעלבסט רוהם, אפצונעמען כבוד אדער רעספעקט, ביי אונז אידן זענען דברי חול נישט תופס מקום, ומושל ברחו מלוכד עיר, סייווי שרייב איך אונטער א פסעוודאנים, למה תשאל לשמי והוא פלאי. נאר בלויז צו עסטאבלישן א רעזומעי אלץ א שטיקל אנאליסט און שרייבער איבער טעכנאלאגישע ענינים, וואס דאס גיבט אונז אביסל קרעדיביליטי צו זאגן א מיינונג ווען עס קומט צו אט די ענינים.
*
דער נידון איז די פראבלעם וואס מען רופט אין אונזערע קרייזן “די אינטערנעט”, א פראבלעם וואס איז נישט היינט געבוירן, עס פלאגט שוין די וועלט פאר איבער צוואנציג יאר, און איז שוין ברייט אריינגעדרינגען אין אונזער מחנה היבש איבער צען יאר. אבער מפני איזה סיבה איז לעצטענס געווארן א א שטערקערע דראנג און אויפוואכונג צו טון עפעס דערוועגן.
די חשובע רבנים ועסקנים וואס ארבעטן כל כלו לשם שמים געבן זיך אוועק פאר דעם ענין און פרובירן פארשידענע מיטלען און מעטאדן “אויסצוראטן” דעם אינטערנעט פראבלעם און גאנץ לעצטענס איז מען אויפגעקומען מיט א געדאנק, א טאקטיק וואס קוקט אויס ווי א “לעצטע מיטל”, א זאך וואס אין כדוגמתו אין די קורות הדורות פון כלל ישראל, נעמליך, מען וועט צוזאמרופן גאנץ כלל ישראל אל מקום אחד און דארט וועט מען מתריע זיין כלפי שמיא און קבל עולם ומלואה איבער דעם ביטערן פראבלעם, מען וועט אויפטרייסלען דעם דעת הקהל, אויפקלערן כי בנפשנו ובנפש בננו הוא, און אזוי איז צום האפן אז דער ציבור וועט באגרייפען דעם עומק הפראבלעם, עד היכן הדברים מגיעים, און…..
*
און?
אט גענוי דאס איז דאך דער פראבלעם, דער “און”, “און” וואס ווייטער?
דער עולם ווייסט דעם פראבלעם אסאך מער ווי מען מיינט, איינער וואס האט טועם געווען די אשכולות מרורות פון דעם אינטערנעט, אויב האט ער נאך א זיק של יראת שמים, באגרייפט דעם פראבלעם פיל טיפער פון סיי וועלכע עסקן אדער רב וואס הערט נאר מפי השמועה, ווען מען זאל אזא איינעם זאגן, אפילו א גאנץ קנאפען בעל יראת שמים, “שטעל דיר פאר א מינוט אז דיין זון וועט איין טאג זען אלעס וואס דו האסט אליין געזען אויף די אינטערנעט” וואלט ער בלי ספק געבראכן פון אפשיי נאר פון טראכטן אזא געדאנק.
דער עולם ווייסט דעם פראבלעם און דער עולם איז גרייט צו טון סיי וואס…
די פראגע איז אבער גענוי דאס, וואס? ….
*
רופען א מאסן אסיפה, צוזאמנעמען “גאנץ” כלל ישראל איז טאקע זייער א שטארקע מעדעצין, עס איז גאר די שטארקסטע וואס מען פארמאגט, מער דראמאטיש פון דעם איז נישטא, איז דאך לכאורה גוט דעמאלס…
נישט ממש… די פראבלעם איז אט דאס, עס איז די “לעצטע קויל” אין אונזער ארסענאל, יעדער פארשטייט אז קיין צווייטע כינוס כלל ישראל וועט שוין נישט זיין, און מער דראמאטיש פון דעם קען מען נישט גיין (חוץ אפשר א הונגער סטרייק).
און טאקע פאר דעם, וויבאלד עס איז די לעצטע קויל איז עס די טייערסטע וואס מען פארמאגט, עס איז שוין עפעס וואס הנפש תלוי בו, מען קען זיך דערמיט נישט ווארפען, נאכן אויסשיסן דעם לעצטן קויל בלייבט דער געווער סקלאד לער, אויב דאס זאל חלילה נישט טרעפן הונדערט פראצענט אין ציל, אויב וועט עס נישט טרעפן גענוי אין הארץ, נאר אפגערוקט מיט א האלבע צענטימעטער און וועט נאר פארוואונדען דעם הונגעריגן בער, דעמאלס איז ח”ו דער מצב לאחר יאוש.
אויב די געערטע רבנים האבן שוין יא מחליט געווען ארויסצונעמען דעם לעצטן קויל, איז שטארק צום האפן אז די עסקנים זענען אויפגעקומען מיט א תירוץ אויפן “און” און אויפן “וואס”, ווייל נאר אויב מען האט א פאסיגן לעזונג, נאר ווען מען איז פארזיכערט אז מען האט דעם מיליאן דאלערדיגע ענטפער, דעם הונדערט פראצענטיגן וואונדער מעדעצין, נאר דעמאלס מעג מען נוצן דעם לעצטן קויל אלץ א מיטל איר צו דעליווערן.
*
דער פראבלעם וואס שטייט פאר אונז, איז בהחלט נישט די אינטערנעט גופא, עס איז די געמיינע תוכן וואס געפינט זיך דארט לרוב.
צו באצייכענען דעם פראבלעם בכלליות אלץ “די אינטערנעט” איז נישט ריכטיג און איז קאנטער פראדוקטיוו, עס איז גרינג פאר א אומוויסענדן דאקטער צו זאגן מען זאל אוועקשניידן די פוס פונעם חולה ווייל עס איז דא דארט ל”ע א געוויקס אדער אינפעקציע ה”י, עס איז פיל שווערער, קאמפלעצירטער און טייערער צו באהאנדלען בלויז דעם פראבלעם און איבערלאזן די גוטע חלקים, מען ברויך א טיפע פארשטאנד און אסאך חכמה. דער דאקטער וואס איז א עני בדעת ואם אין דעת הבדלה מנין, כאפט זיך צו צום אויבערפלעכליכן איינפאכן מיטל און נעמט זיך אוועקשניידן גוטע חלקים ווי א איינפאכער בוטשער.
איי וועט איר פרעגן מיט וואונדער, וואס איז די צושטעל אפילו? אוודאי טאר מען נישט אוועקשניידען א פוס נאר ווען עס איז נישט מעגליך אנדערש, פאר א סכנת אבר מעג א איד טון א מלאכה דרבנן אום שבת, אבער דער אינטערנעט? אפילו עס האט יא עפעס גוטס, איז דאך עס בטל ברוב, לא מדובשך ולא מעוקצך, מיר זענען מוחל די גוטע חלקים, דער עיקר איז אז מען זאל אוועקשניידן דעם פראבלעם אויף הונדערט פראצענט.
אמת מיינע טייערע ליינער, איר זענט הייליג גערעכט! קיין שום גשמיות’דיגע אדער אפילו רוחניות’דיגע בענעפיטן בארעכטיגן נישט זיך אריינצושטעלן אין קיין גייסטיגע סכנה, אבער לאמיר גיין א טריט ווייטער, לאמיר אייך געבן א מער ריכטיגע משל, וואס איז מער דומה לנמשל.
והי’ אויב ס’וועט חס ושלום זיך מאכן א אינפעקציע אויף א וויכטיגע אבר, א אבר שהנפש תלוי בו, וואס טוט מען דעמאלס? דער דאקטער דער בוטשער וואס קען נישט מבחין ומבדיל זיין בין נגע און בשר חי האט דא דערגרייכט צו די ענדע, ער איז הילפלאז, מען קען דאך נישט ארויסשניידען קיין הארץ, לויט אים איז דער חולה פארפאלן ה”י.
נאר דער רופא חכם ונבון דער מבין דבר מתוך דבר, וועט קענען ארויסנעמען די שלעכטע חלקים און לאזן די גוטע, והאיש ההוא יחיה ולא ימות.
לעניננו, “דער אינטערנעט” איז נישט קיין זאך וואס מען קען אוועקשניידן, עס איז נישט קיין ספעציפישע כלי אדער טעכנאלאגיע, עס איז געווארן -און עס ווערט אלץ מער- א פאקט וואס איז אריינגעוועבט איבעראל און אין אלעם. עס איז א פענאמען וואס האט נישט קיין גרעניצן און נישט קיין היקף, עס איז א מציאות וואס מען קען נישט פארמיידן.
צו לייגן דעם קאפ אין זאמד און שרייען אז מען וועט דערפון פטור ווערן איז נאאיוו, און איבער אלעם, א סכנה, ווייל דאס מיינט אז מען וועט גארנישט אויפטון. פראקטיש הייסט עס אראפגעלייגט דאס געווער, און אפילו מען שרייט אז מען טוט, איז עס גענוי וואו מען זאל פארטרייבען א שלעכטע גערוך מיט א גרויסן שטעקן, מען קען האקן און זעצן שעות, און מען האלט ווייטער ביי אלף.
מיין זארג איז נישט די גוטע חלקים פון די אינטערנעט וואס מען שניידט אוועק, די פראבלעם איז פראסט און פשוט, אויב וועט מען נישט פירן די מערכה בהשכל ובדעת, און סתם שיסן קוילן אין די וועלט אריין, איז בכלל קיין מלחמה נישט דא! און אויב וועט מען אויסשיסן אויך דעם סאמען לעצטען קויל אויף דעם וועג, איז ח”ו אלעס פארלוירן.
מיר האבן געקוקט מיט שטוינונג אויף בילדער פון עלטערע גרייז גרויע ראשי הקהלה מאכן מיטונגען און שמועסן אויס די פרטי הכינוס, זיי האבן טאקע געדינט כלל ישראל זייער געטריי אין זייער “עריע אוו עקספערטיז” אבער וואס פארשטייען זיי צו דעם? זענען זיי די עקספערטן אויף דעם שרעקליך קאמפלעצירטן פראבלעם? זענען זיי די “ברעין סורזשענס” וואס גייען דא אויפקומען מיט די ענדגילטיגע לעזונג?
צו פארשטייט מען נישט אז מען פארמאגט שוין יעצט נישט די לוקסוס צו נוצן אומערפארענע מענטשן, צו באגרייפט מען נישט אז עס האלט ביי א מצב פון גסיסה ווי עס ווערט גע’פסק’נט אז אפילו נאר א ריר דורך א אומאוטאריזירטער מענטש הרי זה שופך דמים?
מיר האבן אריינגעשיקט עטליכע פארשלאגן צו העלפן און מיטארבעטן מיט טאט און ראט און מען האט עס דערווייל איגנארירט, עס איז זיכער מחמת פארנומענקייט און דוחק וחוסר הזמן, מיר האבן חלילה נישט קיין טענות אויף עוסקים בצרכי ציבור באמונה.
מיך שפירן אבער פאר א פליכט, אלץ מיטגלידער פון כלל ישראל, צו אויפמערקן און דערמאנען אז מען קען זיך נישט ערלויבן צו פארשפילן דעם לעצטען טשאנס. און דער לעזונג קען נישט זיין די פשוטע איינפאכע מעטאדן וואס מען האט שוין פרובירט ביז היינט, עס איז בדוק ומנוסה אז עס ארבעט נישט. קליינליכע שינויים און הוספות וועלן נישט אנדערש מאכן.
וואס איז יא די עצה? איז דען “תוכו אכל קליפתו זרק” א מהלך פאר אנשים פשוטים? מיר האבן גראדע אין געדאנק א ראדיקאלע נייע מהלך וואס קען בעזהי”ת זיין א געוואלדיגע הצלה, אבער עס פאדערט זיך דערצו א מאסיווע אנשטרעגונג און אסטראנאמישע כח הרבים, טאקע א שטייגער ווי דער כינוס כללי, מער דערוועגן, קומענדיגע וואך.
מען קען שרייבן צו יוחנן שיף אויף yshif@balboos.com

Series Navigation“די אינטערנעט” די פראבלעם און די לייזונג >>
ט״ו אייר תשע״ב at 7:35 am#2
דער לעצטער קויל

yochenrn, you have outdone yourself!

If the askunim dont consult with you I am canceling my ticket bl”n. you are so smart and so right.

ט״ו אייר תשע״ב at 10:58 am#3
דער לעצטער קויל

יוחנן; איך בין אויסער זיך פון דיין ארטיקל, גוט ווי אלעמאל.

איך מוטשע מיך נאר צו אויספיגערען וואסערע נייע מהלך עס קען זיין וואס עס איז נאכנישט גענוצט געווארן, אפשר א בעסערע פילטער, אדער גאר א ווייט ליסט וכדומה.

עמער מוזן ווארטן ביזן קומענדיגע וואך.

ט״ו אייר תשע״ב at 12:17 pm#4
דער לעצטער קויל

Great article and great points.
The more i hear the details about this kinus, the more it seems to be lacking in substance.
This chazan, this askan, this speaker etc. These are all minor childish Stuff, the important thing as yochenen points out, is the ultimate solution. And we sure dont hear anything about it.

ט״ו אייר תשע״ב at 12:42 pm#5
דער לעצטער קויל

Yochanan Great great article
but 1 thing i dont agree with you
i agree in the eyes of the rabbunim its the last KOL
becuase they really dont know whats going
the real solution is to change the education system
and thats what they are not willing to do, probably because its to hard etc
but the real solution is to change our eduction system
my ruv called me in about my BB
i told him that when i was in yeshiav a good few years ago we learned the same things the yeshivas are learning today, so i asked him that if the Nisyones ugraded
why didnt the yeshivas and chadurim update
and he didnt know what to answer me
so i dont think this is the last KOL
but defenitly what the rabbuninm will do to prevent this
and this wont work they will go back to sleep like they did till now
but i really think there should be a comity from young people who want to fix this problem
and it is possible

ט״ו אייר תשע״ב at 1:56 pm#6
דער לעצטער קויל

א מייסטערהאפטיגע ארטיקל, יעדעס ווארט איז בהשכל ובדעת, אויב קומענדיגע וואך וועט דיין לעזונג זיין אויף דעם שטייגער, בין איך ענטוזיאסטיש אז עוד יש תקוה.

ט״ו אייר תשע״ב at 2:04 pm#7
דער לעצטער קויל

ייש”כ יוחנן פאר דיין שיינע ארטיקל, כדרכך מאז ומקדם

לפענ”ד ווייסט יעדער אז ס’איז נישט פארהאן קיין אמת’ע סאלושען. סקולענער רבי שליט”א האט שוין געזאגט ביי די אסיפת הרבנים, אידן ביים ים סוף האבן אויך נישט געוואוסט וואס צו טון, האבן זיי געשריגן צו השי”ת. וואס קענען מיר טון מער ווי דעם? מיר דארפן טון השתדלות און תפלה, און האפן אז השי”ת וועט טון דאס איבריגע. מ’זאגט ביי אונז, א איד דארף טון, נישט אויפטון. אודאי מיינט עס נישט מען זאל גיין מיטן קאפ אין וואנט אריין; אבער פרובירן די מאקסימום השתדלות, אויפקלערן איבער אלע סארטן פילטערס וואס ס’איז שייך, און עצות ווי אזוי צו באהיטן די אייגענע קינדער, און תפלה מיט אזא כח הרבים, קען נישט שאטן. ס’וועט זיכער זיין א נח”ר אין הימל און דער כח השטן והמשחית וועט שוואכער ווערן.

כ’האב נאך פון קיינעם נישט געהערט קיין בעסערע עצה.

די אלע וועלכע טענה’ן אז די עיקר פראבלעם איז אונזער חינוך, און דארט דארף מען מאכן די טשענדזשעס, אפשר זענען זיי גערעכט, און ביים קומענדיגן דור דארף מען אנהייבן פאררעכטן, אבער את הנעשה אין להשיב, פאר די אלע וועלכע זענען שוין אויפגעצויגן געווארן אויפן אלטן סיסטעם, מוז מען אויך טרעפן א עצה, ס’זאל זיין לכה”פ בוחר הרע במיעוטו.

ט״ו אייר תשע״ב at 2:23 pm#8
דער לעצטער קויל

פיין כרגיל. אבער דער גאנצער געדאנק איבער’ן לעצטן קויל איז מער דעמאגאגיע ווי סיי וואס.
קיין שום מיטל וואס איז מאמענטאל צו אונזער דיספאזיציע אין די קאמף קעגן אינטערנעט, וועט נישט קאליע גיין אויב דער כינוס (לעצטער קויל)געלונגט נישט ח”ו. קיין שום בער וועט נישט ווערן אויפגערייצט, און ווערייזאן וועט נישט אלץ נקמה פארשמירן דעם בעוועב מיט פרישע געמיינהייטן וועלכע שטייגן איבער די פריערדיגע.
אין ערגסטען פאל וועט זיין מפטירין כדאתמול, און אין איינוועגס וועט מען האבן עררייכט א געוואלדיגע ‘עוועירנעס’ אינ’ם דעת הציבור וועלכע קען האבן אומשאצבארע גינסטיגע נאכפאלגן.
עובדא ידענא: א פרוי האט דערציילט אז אין ליכט פון דעם כינוס גייסט וואס האט ארומגענומען דעם ציבור, האט זי פארבאטן אירע קינדער אריינצוגיין צו א שכן אין שטוב, נאכדעם וואס יענער פארמאגט אינטערנעט. זי איז דאס נישט יעצט געוואויר געווארן, אבער דעם התעוררות האט זי באקומען שטייענדיג עטליכע וואכן בעפאר’ן כינוס.
אלזא, אודאי ברויך מען אנווענדן דאס מאקסימום אז דער כינוס זאל ברענגן די בעסטע פאלגן, אבער עס איז בכל אופן פיל בעסער ווי גארנישט טוהן, און וועט זיכער אויפטוהן גאר אסך בעזהשי”ת.

ט״ו אייר תשע״ב at 2:48 pm#9
דער לעצטער קויל

עקיבא,
אוודאי וועט די מיטל קאליע גיין, אויב האט מען די כינוס כלל ישראל נישט גענוג אויסגעארבעט, איז קאליע געגאנגען דער כינוס כלל ישראל, די שטארקסטע מיטל איז שוין אויפגענוצט.
—
גם אני מצטרף, א געוואלדיגע ארטיקל, דברים אמיתיים, נאר מען ברויך פארזיכטיג זיין נישט קאלט צו מאכן, אבער יוחנן פרובירט טאקע איידעלערהייט מעורר צו זיין און פארבעסערן, און דאס איז זיכער נישט קיין פראבלעם.

ט״ו אייר תשע״ב at 3:05 pm#10
דער לעצטער קויל

לוזער מענדל אויף דעם האט שוין א קלוגע איד (לכתחילה אריבער/אייוועלט) געענטפערט:

למעשה אז איינער ליגט אויף דער ערד, דער מערדער שטייט איבער אים, א אויסגעשטרעקטער ביקס פאר זיינע אויגן, און איז שוין אריבער די מצב אז ער קען טראכטען לאגיש, עס איז קיין ספק אז ער גייט שיסען (ווי זאגט מען ביי אידן, אליהו הנביא איז מעיד אזוי), דער ליגט אויף דער ערד אחר יואש, ס’איז נישטא קיין וועג ארויס.

ער דערמאנט זיך אז עפעס א עצה האט ער יא, ער האט אויך א ביקס, אבער עס האט נאר איין קויל, יא די “לעצטע קויל”, און נאך מער, ער איז נישט קיין ציל שיסער, ער איז נישט זיכער אז די שאס גייט געלאנגען, און אפשר וועט זיך דער ביקס אנהאנקענען, וכדו’, איז בכלל א ספק אז דער גייט פראביערן? למען השם, וואס האט ער צו דערלייגען, אז ער שיסט נישט יעצט, איז ער זעכער טויט!!

דאס איז אין די אויגן פון די ארגענעזירער די מצב פון כלל ישראל מיטן אינטערנעט!!

און נישט נאר דאס, ווייל לאמיר מאכן די חשבון טיפער, דער מערדער שטייט נישט העכער איין מענטש, נאר האט א ריזיגע באמבע, און ער שטייט אין א ריזיגע זאל מיט 50,000 מענטשען, און ער ציילט פון 3 אראפ 3…. 2…. ער האלט ביי איינס, און אט אט ער קוועטשעט די קנעפעל!

ט״ו אייר תשע״ב at 3:22 pm#11
דער לעצטער קויל

אני בעניי זע נישט דעם פארגלייך, אין המשל דומה לנמשל.

והן אמשול משליך למה הדבר דומה.

א שטאט איז באלאגערט, טויזענטער מענטשן זענען אין סכנה מחמת צר המציק, אלע ערפארענע מיליטער לייט זענען שוין געשטארבן, עס איז געבליבן די לעצטע באמבע, פלוצים פון א הינטער געסל יאוועט זיך א צופלאמטער אינגערמאן און שרייט, געב אהער די באמבע, לאמיך עס ווארפען, איך וויל ראטעווען די שטאט, זאגט מען אים, די זקני העיר וחכמיה, קענט איר אפשר ווארפן א באמבע? זאגט ער ניין, אבער מער פון דעם קען איך דאך נישט טון, און איך זע דאך נישט קיינעם דא וואס קען יא,

זאגן אים די אלטע לייט די חכמים, את הדבר הזה תעשה והי’ ה’ עמך, דריי דיר ארום און שטאט דריי טעג און דריי נעכט, גיי משער לשער ומפתח לפתח, פרעג יעדן נברא, זאל זיין א עולל ויונק, ביז א זקן ובא בימים, שריי און פרעג, קענט איר אפשר ווארפן א באמבע? האט איר אפשר אמאל געהערט אין די איגענט מבית אבא ווי אזוי מען טוט דאס?

האט אייך אפשר גאט געשאנקען בינה יתירה און א לב מבין און איר האט מער טשאנסען עס צו קענען בעסער שיסן פון מיר?

נאכן ארומגיין די גאנצע שטאט און פרעגן כל יחיד ויחיד האט ער א רעכט מחליט צו זיין אז עס איז געקומען די צייט, ווייל קיין אנדערע ברירה איז נישטא, אויב אבער פארזעט ער אפילו איין כאטקע ביים עק שטאט, מיינט דאס אז ער האט פארדארבן די לעצטע מיטל אן קיין אחריות.

און מען רעדט דאך נישט פון איינשטעלן בלויז די אייגענע לעבן, וואס דאס קען מען נאך אביסל מצדיק זיין, נאר מיטנעמען מיט זיך אויף די אייגענע האנט טויזענטער לעבנס פון א גאנצע שטאט.

און עס איז נישט ריכטיג צו זאגן אז עס איז שוין נישט געבליבן קיין דריי טעג, ווייל אז מען האט געווארט ביז יעצט קען מען ווארטן א משהו לענגער.

ט״ו אייר תשע״ב at 3:52 pm#12
דער לעצטער קויל

געוואלדיג יוחנן, זייער זייער אמת, או זייער א פאסיגע משל.

איך בין נישט אזא גוטע שרייבער, אבער איך וועל ענטפערן אויף דעם זעלבען דרך מיט א אנדערע משל.

אקעי, ס’איז נישט ממש א משל, סאיז א אמתע מעשה וואס כ’האב געהערט אויף א האטליין, בקיצור דער בעל ההאטליין האט טענות אויף א דיין וואס איז נישט אוועליבעל צו ענטפערן שאלות, דער דיין זאגט אז ער איז נישט בכח, ער איז פארנומען, וכו.

שרייט אונזער בעל ההאטליין, קיינער האט נישט קיין טענות אז דו ביזט פארנומען אדער אז דו ביזט שוואך, אדרבא, אבער פארוואס ווען א צווייטער וויל ענטפערן עסטו אים ארויס, ווילסט נישט? נאו פראבלעם! אבער לאז צו א צווייטען.

אין המעשה דומה ממש לנמשל, אבער איך האב שוין כמה פעמים גענוצט די ווארט, “קיינער האט נישט קיין טענות אז דו קענסט נישט, מען האט טענות אז דו לאזט נישט צו איינעם וואס קען יא”.

איך מיין נישט די פארטיקיולער אישו, די מעשה איז אבער גוט פאר א צווייטע געלעגנהייט.

ט״ז אייר תשע״ב at 10:21 am#13
דער לעצטער קויל

thanks

ט״ז אייר תשע״ב at 4:25 pm#14
דער לעצטער קויל

איך שטום צו מיט כמעט יעדעס ווארט.

די עיקר נקודה איז, מען דארף עס באהאנדלען מיט גרויס חכמה, און נישט יעדער איז געאייגענט דערפאר.

מנחם האט שוין געשריבן אויפן פארום, כלל ישראל וויל וויסן פרטים, ווער זענען די מעסטערמיינדס אונטער די טומעל, דער עולם איז נישט משוגע, זיי אפן, באהאלט נישט גארנישט, וועט אלעס פארן ווי א פידעלע.

און נאל איין זאך, ווען זו האסט נייעס, ביטע מעלד עס נישט דורך קול מעוואסער, איך קען נישט זייער נומער און איך הער עס נישט.

די גאנצע מציאות אז די עסקנים זענען אין ביזעם מיט קול מבשר ברענגט אראפ די רעספעקט, איבעריג צו זאגן אז רוב נארמאלע מענטשן הערן עס נישט (כאטש רוב נארמאלע בחורים יא)

כ״ה אייר תשע״ב at 7:35 pm#15
דער לעצטער קויל

צוערשט, ר’ יוחנן, א גרויסן דאנק פאר אייער ארטיקל.

איך וואלט זייער געוואלט הערן וואס איז די לעזונג וואס איר האט פארצושלאגן, און פארוואס ווארט איר מיטן התגלות פון דעם איינפאל אויף קומענדיגע וואך נאכן אסיפה? אויב מיינט איר טאקע ריכטיג, וואלט דען נישט געווען גלייכער עס צו אנטפלעקן יעצט ווען מען קען נאך עפעס טון? און אויך, פארוואס דארף מען עס באהאלטן? תורה היא וללמוד אני צריך.

מענין לענין באותו בנין, לאמיר אריינטראכטן: איז דער פראבלעם טאקע אזוי איינגעריסן ביי די וואס גייען קומען צום כינוס? אוודאי, עס וועלן דארטן זיין אלע סארטן, אבער וועלן די אלע בחורים אוועקווארפן זייערע אייפאדס און אנדערע כלי משחיתים צוליב דעם כינוס? לאמיר זיך נישט נארן. דער גרעסטער פראבלעם איז ביי די בחורים און קינדער, און מאי אהני לן אזא כינוס וואס וועט אפשר אויסמאכן אז דער מיטל יעריגער איד זאל אוועקווארפן זיינע טעקסט מעסעדזש מעגליכקייטן? איז דען דא א לעזונג צו די אלע קליינטשיגע מאשינדלעך און די פרייע וועלט פון ווייפיי?

און אמת’דיג גערעדט, איז דאך קלאר אז שמוץ איז נישט קיין טעכנאלאגישע ערפינדונג…. שמוץ האט עקזיסטירט אלעמאל, און די אלע שרעקליכע דעות כוזבות זענען אפגעשריבן געווארן צום שיין פון ליכט. אלא מאי? דער מויער וואס האט אונז אפגעטיילט דערפון איז געווען דיק און אז מען האט געוואלט צוקומען צום שמוץ האט מען געדארפט איבערשפרינגען, און שפרינגען שפרינגט זיך שווערער. היינט אבער, איז דער שמוץ נאנט צום הארץ, אין העמד טאש, און דער מויער ווערט קלענער און קלענער (בעת דער “עפל” פירמע וואקסט און ווערט מער און מער געשוואלן). ווער וואלט אמאל געטראכט פון גיין אין ביבליאטעק און ארויסבארגן א בוך פיל מיט דעות כוזבות? אבער היינט, דארף א איד בלויז א קליק טון, א בליק טון אויף זיין פעיסבוק וואנט, און די דעות כוזבות זענען שוין איין פיס אריין אין אויער.

דער פארקלענערטע מויער איז א גרויסער פראבלעם פאר אונזער הייליג פאלק וואס האט ביז היינט אלעמאל געקעמפט אויף האלטן א מויער, ובפרט אז ביז היינט איז “כמעט גארנישט” געטון געווארן אינעם פעלד צוריקצוהאלטן פונעם מויער פון פאלן. דער מצב איז אז ביי א גרויסער ציבור איז דער מויער שוין געפאלן, און דער וועג איז שוין ליידער אויסגעטראטן מיט שמוץ. א שיין טייל פונעם ציבור וועט קיין כינוס נישט העלפן, אויך נישט קיין תקנות און פילטערס, ווייל זיי האבן דעם ביטערן טראפ שוין טועם געווען, און דער יצר איז ביי זיי שוין א תושב.

דער פראבלעם היינט שטעלט זיך אויס פיל הארבער דערפאר ווייל די מענטשן זענען היפש ליידיג פון תוכן. א גרויסער ציבור קוקט זיך אן מיט שמוץ באהאלטערנערהייט, און פירן א “נארמאלן” לעבן תיכף דערנאך. די וואס זענען דורכגעפאלן, זענען מקיים דעם עבר ושנה, און אזוי פארשפילט מען א לעבן מיט שמוץ. דאס הייסט, אז אויב אמאל איז געווען גענוג צו זיין א “נומער” אינעם סיסטעם, האבן אויפגעהאדעוועט געווארן אין א היימישן שטוב מיט א דורכשניטליכע חינוך, וויבאלד צו “שפרינגען” איז שוין געווען א מהלך, מוז אבער דער היינטיגער איד זיין א איד אין הארץ אויך, און נישט נאר פונעם רעקל ליינינג און ארויס ביז צום ברייטן “רים” פונעם קאפעלוטש. נאר מיט אינהאלט פון אינעווייניג איז מעגליך צו באקעמפן דעם שלעכטן אינהאלט.