אפטמאל, ווען איך געב איבער א לעקציע, פאנג איך אן מיט דעם פאלגענדן פראגע, “וואס איז דער וויכטיגסטער ווארט אין ביזנעס?” איך געב א רמז אז דער ווארט הייבט זיך אן מיט א “מ.”
יעדעס מאל, הער איך “מעות,” אדער “מאני!” אבער דאס איז נישט גערעכט. דער ענטפער, וואס איך באקום שפעטער, איז “מענטשן.”
ביזנעס איז א שפיל און דער באלוין קומט אין דעם פארעם פון געלט. אבער, אלעס וואס פאסירט אין ביזנעס הייבט זיך אן מיט אקטן פון מענטשן. אויב זיי ווערן געטוהן ריכטיג, האט דאס ביזנעס א טיפער ציל, מער ווי סתם מאכן געלט.
אויב מענטשן טוהן זייער ארבעט ריכטיג- זיי פלאנירן ריכטיג, פירן זיי אויס ריכטיג, ווייסן צו וועמען צו פארקויפן וואס און פאר וויפיל- דאס וועט דער רעזולטאט טאקע זיין מעות.
אלעס ווענדט זיך דאן אין די מענטשן פונעם ביזנעס.
מיינט דאס אז אויב האט איר די בעסטע מענטשן אויף אייער שטאב זענט איר פארזיכערט אז איר ווען מצליח זיין? ניין. אבער דאס איז א וויכטיגער פלאץ פון וואו צו אנהייבן. מען מוז האבן א שטארקער ציל און גוטע ארגאנאזאציע וואס וועט נעמען דעם פירמע אין דעם ריכטונג וואו מען וויל עס זאל גיין. ווען די שפילערס אינעם שפיל זענען שוואך זענען די שאנסן פון געווינען גאר שמאל. דערפאר לוינט זיך צו אנהייבן מיט א גוטער יסוד- שטארקע, מאטיווירטע מענטשן.
דער וויכטיגסטער ווארט אין ביזנעס
1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט
סעריע: ביזנעס מיט חכמה · דורך: יואל קליין · וואך: אמור תשע"ב · בעל-בית נומער: 65 · דאטום: 2012-05-07
http://www.balboos.com/content/2012/05/דער-וויכטיגסטער-ווארט-אין-ביזנעס/ קאפיע אין ארכיוו
http://www.balboos.com/content/2012/05/דער-וויכטיגסטער-ווארט-אין-ביזנעס/ קאפיע אין ארכיוו