סוירטש ענדזשין אפטימיזעישאן

1 געראטעוועטע הודעות אויף דעם בלאט

סעריע: אנליין מסחר · דורך: נ. ארנשטיין · וואך: אמור תשע"ב · בעל-בית נומער: 65 · דאטום: 2012-05-07
http://www.balboos.com/content/2012/05/סוירטש-ענדזשין-אפטימיזעישאן/ קאפיע אין ארכיוו
געראטעוועטער אשכול · נאר צום לייענען
שריפט
#1
סוירטש ענדזשין אפטימיזעישאן

אין די פארגאנגענע וואכן האבן מיר גערעדט פון טרעפיק, סיי אומזיסטע טרעפיק און סיי באצאלטע טרעפיק. מענטשן וואס קליקן אויף א לינק וועלן אנקומען צו א סייט וואו איר פארקויפט אייער פראדוקט אדער סערוויס.
“סוירטש ענדזשין אפטימיזעישאן” ברענגט אסאך טרעפיק, ובפרט “ארטיקל מארקעטינג”.
די אינטערנעט וואקסט כסדר. יעדע סעקונדע ווערן צוגעלייגט בלעטער אויף בלעטער מיט אינפארמאציע. די ארבעט פונעם סוירטש ענדזשין איז צו דורכקוקן די אלע אינפארמאציע און דאס ארגאניזירן אין א סדר, אז ווען א מענטש זוכט עפעס זאל ער די ערשטע זאך טרעפן די רעלעוואנטע און וויכטיגע אינפארמאציע. די זוך-קאמפאניס ווילן אז אירע באנוצער זאלן ווי שנעלער טרעפן וואס זיי זוכן און זיי זאלן זיין צופרידן מיט די רעזולטאטן.
דער יסוד פון “סוירטש ענדזשין אפטימיזעישאן” איז אז אייער וועבסייט אדער וועב-פעידזש זאל ארויפקומען די העכסטע וואס מעגליך אין די רעזולטאטן פון די סוירטש ענדזשינס. ווי העכער אייער פעידזש קומט ארויף, אלס מער טרעפיק וועט אייער וועבסייט באקומען.
וויבאלד דער פעלד פון “סוירטש ענדזשינס” טוישט זיך כסדר, דארפן די “סוירטש ענדזשין אפטימיזעישאן” טעכניקן אויך מיטהאלטן דערמיט. ס’איז נישט מעגליך אז אייער וועבסייט זאל בלייבן אויף אייביג צווישן די ערשטע, אויב וועט איר נישט אריינלייגן ארבעט אז דאס זאל טאקע פאסירן.
עס זענען דא צוויי סארטן “סוירטש ענדזשין אפטימיזעישאן”:
1) אויפ’ן וועב-פעידזש
2) אינדרויסן פונעם וועב-פעידזש.
“אויפ’ן וועב-פעידזש” באדייט וויאזוי די ווערטער זענען אויסגעלייגט אויפ’ן פעידזש, און “אינדרויסן פונעם וועב-פעידזש” באדייט ווער ס’האט אלץ לינקס צו אייער סייט, און ווי באגלייבט יענע סייטס זענען.
גוגעל האט “ספיידערס” וועלכע קריכן ארום אין אייער סייט צו זעהן ווי רעלעוואנט אייער אינפארמאציע איז. ווען די ספיידערס באזוכן אייער סייט, קוקן זיי ווי אפט די ווערטער ווערן איבערגע’חזר’ט אויף איין פעידזש.
לכאורה וואלט איר זיך געקענט פארשטעלן, אז אויב אייער סייט וועט האבן די ווערטער “וויאזוי צו פארלירן וואג”, 50 מאל אויף איין פעידזש, וועט דאס ווערן גערעכענט העכער ווי אנדערע סייטס וואס האבן די ווערטער בלויז 10 מאל. אבער דאס איז נישט אזוי, ווייל אויב יא וואלט דאס געברענגט אז מענטשן זאלן אנפילן זייער וועב-פעידזש מיט בלויז די ווערטער “וויאזוי צו פארלירן וואג” כדי אז ס’זאל האבן די די העכסטע ראנג. דערפאר האט גוגעל איינגעשטעלט א סיסטעם, אז א וועב-סייט וואס האט צופיל מאל די זעלבע ווארט, וועט נישט נאר נישט ארויפקומען העכער אין די זוך רעזולטאטן, נאר ס’וועט בכלל נישט ארויפקומען!
אויך איז אנגענומען אז די ספיידערס באטראכטן די וועב-פעידזשעס פון אויבן לינקס צו אונטן רעכטס, ממילא אויב האט איר אויסגעשפרייט אייערע הויפט “קיווארדס” אויף א שיעפן אויפ’ן פון אויבן לינקס צו אונטן רעכטס, וועט איר האבן א בעסערן שאנס אז אייער וועבסייט זאל ארויפקומען העכער אין די זוך רעזולטאטן.
אינעם קומענדיגן לעקציע וועלן מיר רעדן איבער “סוירטש ענדזשין אפטימיזעישאן” אינדרויסן פונעם וועבסייט, ד.ה. וויפיל קליקס ס’קומען אריין פון אנדערע וועבסייטס און בלאגס.
א זעלטענע געלעגענהייט צו פארדינען שיין זייטיג געלט אנליין.
free 30 day coaching program
for more info email im@yiddishgelt.com