- אפדעיט מאניטארס -1
- אפדעיט מאניטארס -2
המשך – פייל היפא
פארגאנגענע וואך האבן מיר געשריבן וועגן “פייל היפא”, הגם, ווי מיר האבן ארויסגעברענגט האט עס נישט קיין זייער ברייטע אויסוואל פון פראגראמען, האט עס אבער עטליכע מעלות, לאמיר עס טאקע מסכם זיין לסיכום הענין
שנעל און לייכט
גרינג צו נוצן
נאר הויכע קוואליטעט פראגראמען
רוב פון די שטארק פארשפרייטע פרייע פראגראמען זענען סופארטעד.
SUMo
SUMo איז די אקראנים פאר “סאפטוועיר אפדעיט מאניטאר”, עס איז די בעסטע פראגראם אוועליבעל ווען מען קוקט אויף די צאל פראגראמען וואס עס טוט סופארטען.
אויף מיין קאמפיוטער – ווי איך האב דערמאנט אין די פארגאנגענע ארטיקל- האט די ווינדאוס פראגראם צענטער געוויזן אז עס זענען אינסטולירט 142 פראגראמען, די פייל היפא אפדעיט טשעקער האט געטראפן נאר 29 דערפון.
אז SUMo מאכט א בעסערע זשאב פון פייל היפא איז ווייניג געזאגט, עס האט געטראפן 147 פראגראמען! נאך מער פון ווינדאוס גופא, און עס האט געטראפן אפדעיטס פאר 56!
די מעשה מיט SUMo איז אבער, אז עס נישט אזוי קראנט, זיי שטעלן צוזאם זייערע ליסטעס דורך אינדערויסענדע קוואלן, עס קוקט אויס ווי עס ווערט געטון דורך אנאליזירן גוגל רעזאלטאטן, אבער איך בין נישט זיכער.
פאר זאון אלארם פייערוואל האבן זיי באריכטעט אז עס איז פארהאן א אפדעיט, אבער ווען איך האב מעניועלי געטשעקד פאר א אפדעיט אין די פראגראם גופא האט עס באריכטעט אז עס איז “אפ טו דעיט”.
אין די סעטינגס קען מען אויך אנשטעלן אז עס זאל טשעקען פאר בעטא ווערסיעס אויך. וען איך האב עס אנגעשטעלט אז עס זאל טרעפן בעטא ווערסיעס, איז די צאל אפדעיטס געשטיגן צן 62, דאס הייסט 6 בעטא אפדעיטס. אבער עס ווייזט נישט וועלכע איז א בעטא אפדעיט און וועלכע עס איז א ריכטיגע אפדעיט, א שטארקע חסרון.
עס האט א אינטערעסאנטע אבער כמעט ווערטלאזע פיטשער, עס שאצט אפ וועלכע אפדעיט איז א “גרויסע” אפדעיט, און וועכע איז בלויז מינדערוויכטיג.
עס קוקט מיר אויס, אז עס ווערט אפגעשאצט דורך אנאליזירן די נומערן פון די ווערסיעס, און עס נעמט אן אז אויב איז עס ארויף מיט א פרישע גאנצע נומער, דאס הייסט די ערשטע נומער פאר די דעסימעל, דעמאלס ווערט עס באצייכענט ווי א “מעיזשאר” אפדעיט, אויב איז עס מיט א ברוכטייל פון די גאנצע נומער, דאס הייסט א נומער נאך די דעסימעל, ווערט עס באצייכענט פאר א מינדערוויכטיגע אפדעיט.
איך באצייכען עס פאר “כמעט ווערטלאז” ווייל עס מיינט ניישט צופיל, צב”ש קראום העכערט גאנצע נומערן אויך ווען עס זענען דא בלויז מינדערוויכטיגע שינויים, בעת אנדערע פאבלישערס זענען מער קארג מיט נומערן, און וועלן זייער זעלטן ארויף מיט א גאנצע נומער, אפילו ווען עס זענען דא באדייטענדע חידושים. די סיבה איז ווי געזאגט, זיי פרובירן אהערצושטעלן די אינפארמאציע אן די הילף פון די דעוועלאפערס, בלויז דורך אויטאמאטיש אנאליזירן די דאטא וואס זיי טרעפן.
די פראגראם איז נישט שיין, און נישט פערפעקט, אבער עס איז מאכטפול און פלעקסיבל, עס ווערט אפט אפדעיטעד, און פראבלעמען וואס ווערן באריכטעט ווערן שנעל פארראכטן. עס האט פיל אפציעס, מען קען באהאלטן געוויסע פראגראמען, מען קען צולייגן פראגראמען וואס עס האט נישט אויפגעכאפט (געווענליך איז די סיבה ווייל עס איז נישט אינסטולירט, ווי צב”ש “פארטעבל” פראגראמען) און נאך.
ווען מען וויל אפדעיטן א ספעציפישע פראגראם דארף מען קליקן אויף “געט אפדעיט” עס פירט צו א בלאט ווי מען זעט עטליכע ווערסיעס בעפאר און דערנאך, דארט איז אויך אנגעצייכענט וועלכע מען האט אינסטולירט און וועלכע דערפון זענען בעטא ווערסיעס.
די דאונלאעדס זענען נישט אוועליבעל אויך זייער סייט, און זיי שטעלן נישט צו די אפיציעלע דירעקטע דאונלאעד לינק. בלויז א לינק צו סיערטשן פאר די פייל צו עטליכע דאונלאעד זייטלעך, און א לינק צו סיערטשן אויף גוגל דערפאר. עס איז פאצעריש, אבער גענוג גוט פאר די וואס ווייסן וואס זיי ווילן.
סך הכל
א ערפארענער קאמפיוטער באנוצער וועט זיך דערמיט מחיה זיין. עס דערמאנט די אלטע פראגראמען פון אמאל, וועלכע פלעגן נישט פרובירן צו זיין שיין אדער “באנוצער פריינטליך”, אבער מאכטפול און פול מיט אפציעס. SUMo איז די בעסטע אפדעיט מאניטאר אין מיינע אויגן, אבער עס פארמאגט נישט די גרינגקייט פון פייל היפא.
אכטונג: מיר שטעלן צו א לינק צו די ווערסיע וואס זיי רופן SUMo Lite די ווערסיע איז די געהעריגע ווערסיע, אבער אן עדס. די געהעריגע ווערסיע פארמאגט צווייפעלהאפטיגע עד סאפטוועיר.
http://www.kcsoftwares.com/files/sumo_lite.exe
המשך קומט אי”ה